מכתב יומי

כב שבט תשפ"ד

February 01 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז געווען א ברית אין ישיבה, ביי א קינד פון ליפא נרו יאיר, ער האט א נאמען געגעבן נחמן נתן. ביי די סעודה האב איך איבער גע'חזר'ט וואס מוהרא"ש זאגט, מען ווינטשט: "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קל.): "עדיין עושין אותה בשמחה", די מצוה פון ברית מילה טוען אלע מיט א גרויסע שמחה, אנדערש ווי אנדערע מצוות - ווייל מען האט דאס מקבל געווען מיט שמחה; דאס איז די ברכה וואס מען ווינטשט דעם קינד, אזוי ווי די ברית איז געטון געווארן מיט שמחה, מיט שלום - אזוי זאלסטו זוכה זיין א גאנץ לעבן, אלע מצוות און אויך די חתונה, זאל אלעס זיין מיט שמחה.


מיר האבן איבער גע'חזר'ט וואס מוהרא"ש שרייבט, אז עס איז גרינגער פאר א מענטש צו פאסטן און זיך מסגף זיין - ווי זיין פריליך אז מען איז א איד און מען טוט מצוות; זיין פרייליך איז די שווערסטע זאך, דער סמ"ך מ"ם ציטערט פון שמחה, שמחה הרג'עט אים, שמחה שחט אים אפ אינגאנצן; פון פאסטן האט ער נישט מורא, ווייל דאס איז נישט סוף פסוק, קען זיין נאכן פאסטן זאל מען זיך אויפרעגן און זיך קריגן; איך האב געזען מענטשן וואס פאסטן און טשעפען די ווייב כאחד הריקים, איז וואס העלפט פאסטן? אזוי אויך אנדערע סארט סיגופים איז נישט שלימות, ווייל קען זיין דער מענטש גייט ארום מיט גאווה, ער טראכט ווי גרויס ער איז מיטן מאכן סיגופים, אנדערש איז ווען מען פרייט זיך מיט שלא עשני גוי, מען פרייט זיך אז מען טוט מצוות; דאס פארברענט אלע קליפות, דאס איז די העכסטע זאך; דעריבער איז דאס זייער שווער.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, קום זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן. די וואך איז שבת קבלת התורה, מען גייט פון פריש מקבל זיין די תורה, קריאה מעורר הזמן, עס איז א צייט וואס מען קען פונדאסניי אנהויבן לערנען די הייליגע תורה, מען דארף נאר טון וואס יתרו האט געטון, יתרו איז געקומען צו פארן צום צדיק, ער האט אויך געוואלט זוכה זיין צו וואס מען איז זוכה ביי א צדיק, צו לערנען און צו דאווענען און צו לעבן מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.