מכתב יומי

כח שבט תשפ"ד

February 07 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


העיקר מה שקורין "זיך דערהאלטן"; העיקר ווען עס גייט איבער - דערהאלט מען זיך; מען טאנצט און מען זינגט צום אייבערשטן. אזוי ווי די מעשה גייט, אז דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול מטעפליק זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק, און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות, האט אים רבי נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן - דעמאלט וועל איך הנאה האבן".


מארגן וועט זיין די ליל שישי שיעור אין לעיקוואד, אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש, איך דארף מחזק זיין די לעיקוואד אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איינער פרעגט מוהרא"ש, אויף וועלכע זאך זאל איך זיך פארלייגן אין לעבן? וואס וויל דער אייבערשטער זען ביי מיר? מוהרא"ש ענטפערט אים אזוי זיס, איך טראכט דו קענסט נוצן די ענטפער פאר דיר; מוהרא"ש זאגט אים: "אין הימל וויל מען איין זאך פון דיר, מען וויל זען ווי דו טאנצט און זינגסט, מען וויל זען ווי דו דערהאלסט זיך און דו האסט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אזא רבי מיט אזעלכע תלמידים וואס לאזן אונז נישט פאלן.


 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאלג דעם רבי'ן, פאלג די עצות; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוויסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.