מכתב יומי
כג אדר תשפ"ה
March 23 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
יעדן איינעם העלפסטו, יעדן איינעם הערסטו אויס, יעדן איינעם געבסטו היטשעס, און ווען דיין ווייב וויל רעדן מיט דיר - הערסטו איר נישט אויס, און ווען זי בעט דיר א וועג זאלסט איר טראגן און ברענגען - מאכסטו איר דעם גיהנום; ביסט נארמאל? ביסט א געזונטער?!
ביסט א גאנצער מאכער אין שול, מאכסט און טוסט, עס קען אויסזען ווי דו ביסט ממש א גאלדענער מענטש, אבער אין שטוב איז אן אנדערע מעשה, דארט הערסטו נישט, זעסט נישט, מאכסט א געשפעט, איך ווייס נישט ווי אזוי א מענטש קען זיך אזוי אויפפירן, און די גרעסטע וואונדער איז, אז דו פאררופסט זיך א תלמיד פון מוהרא"ש. איך מיין דו ביסט פון די "חבורת קויליטש", ווי דער רבי האט געזאגט: "איך האב דריי סארט מענטש וואס קומען צו מיר, עס זענען דא מענטשן וואס קומען עסן קוילטיש (בארכעס), עס זענען דא וואס קומען הערן מיינע תורות, און נאכדעם האב איך מענטשן וואס איך בין איינגעקריצט אין זייער הארץ"; צו זיין פון די דריטע חבורה דארף מען אסאך לערנען דעם רבינ'ס ספרים.
מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל, וועסטו זען וואס מוהרא"ש לערנט אונז; מיר זאלן האלטן טייער די ווייב, איר אויסהערן, איר טראגן און איר ברענגען. שלמה המלך זאגט (משלי יב, י): "יוֹדֵעַ צַדִּיק נֶפֶשׁ בְּהֶמְתּוֹ", דער ערליכער איד ווייסט וואס זיין ווייב און קינדער דארפן, אפילו אויף די בהמות האט ער רחמנות, "וְרַחֲמֵי רְשָׁעִים אַכְזָרִי", און די רחמנות פון רשעים איז אכזריות'דיג, ווייל זיי האבן רחמנות דארט וואו מען דארף נישט רחמנות האבן; ער לויפט אוועק פון שטוב ווען די ווייב דארף הילף, צו די ווייב און די אייגענע קינדער פירט ער זיך ווי אן אכזר, השם ישמרינו.
גיי יעדן טאג אין פעלד און שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל רעדן שיין צו מיין ווייב און קינדער, איך וויל סבלנות, אויסהערן מיין ווייב און קינדער, איר העלפן, איר טראגן און ברענגען, איך ווער אזוי נערוועז וכו' וכו'".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.