מכתב יומי

כד אדר תשפ"ה

March 24 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש


איך האב ערהאלטן א מעסעדזש פונעם אדמיניסטראטער רפאל פורסט נרו יאיר אז דו זאגסט אז דער עולם טענה'ט אז די מוסד מוטשעט זיך נישט, עס איז געווען זייער א שיינע יאר, מען האט געצאלט די מלמדים און די טיטשערס; פאריאר האט דער ראש ישיבה געשריבן בריוון אז עס איז ממש עק וועלט, מען צאלט נישט, אבער היי יאר זאגט דער עולם אז די מוסד וועט זיך אן עצה געבן, זיי ווילן ענדערש געבן פאר אנדערע צדקות וואס האבן נישט קיין אינקאם, רפאל פרעגט וואס ער קען טון.


ערשטנס זאלסטו וויסן אז דאס איז נישט וואר, ווייל מען האט שוין נישט געצאלט פאר די טיטשערס און פאר די איינגעשטעלטע אין אפיס פון חנוכה, מען קומט פאר די טיטשערס און פאר די איינגעשטעלטע ביז היינט - קרוב צו צוויי הונדערט טויזנט דאלער, און די מלמדים האבן מיר טאקע געצאלט רוב יאר אין צייט, אבער די געלט איז נישט קיין געלט וואס מען האט, דאס איז געלט וואס מען האט אוועק גענומען פון זאכן וואס מען דארף האבן פאר די מוסד.


טייערער אברהם משה נרו יאיר, איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט אפשוואכן, זאלסט ווייטער בעטן צדקה און הילף פון אנשי שלומינו שיחיו, און פון באקאנטע וואס האבן א געפיל פאר אונזער מוסד, און איך בין זיכער אז די וואס האבן א געפיל, און א זכיה - וועלן דיר העלפן, און מיר וועלן קענען גיין צום ליל הסדר האבנדיג באצאלט אלע איינגעשטעלטע, און האבן געלט צו קענען קויפן באסעס און צו אויפנעמען נאך דרייווערס, און נאך מלמדים און טיטשערס און פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן אין די בניני המוסד.


איך ווייס אז דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, דער אייבערשטער האט געמאכט ניסים מיט אונז ביז אהער און ער וועט אונז ווייטער העלפן, און ווער עס זאגט דיר אז די מוסד וועט זיך אן עצה געבן זאלסטו אים זאגן 'אמן', און זאג יענעם אז עס איז טאקע אזוי, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן צדקה צו קענען בויען די קלויז, האט אים מוהרנ"ת געזאגט: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, אבער שענער און בעסער וועט זיין אז עס וועט זיין דורך דיר".


ווער נישט צעפאלן, דו זיי עוסק ווייטער אין די הייליגע ארבעט, בלייב דער גבאי פארן רבי'ן, בלייב משמש זיין דעם רבי'ן, בעט יעדן איינעם צדקה פאר די מוסדות, און אז דער מענטש וועט האבן א זכיה וועט ער געבן צדקה, ווייל מען דארף האבן א זכיה צו קענען געבן צדיקה פאר אונזערע מוסדות.


 


איך בעט פאר דיין הצלחה.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דו זאלסט אויך טון פאר הדפסה והפצה, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב דער מענטש וואס איז עוסק אין צוריק ברענגען אידישע קינדער – איז ביים אייבערשטן, דער וואס פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות און מיט דעם ברענגט ער צוריק פארבלאנזשעטע נשמות צום אייבערשטן איז מורא'דיג חשוב ביים אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


מען הערט אזויפיל שוידערליכע מעשיות ווי מענטשן נעמען זיך דאס לעבן נאר פון דעפרעסיע, נאר פון פארלוירנקייט, נאר פון דעם וואס מען האט נישט אמונה, מען ווייסט נישט פארוואס מען לעבט, פאר וועם מען לעבט, מען דרייט זיך ארום מיט קשיות און טענות 'וואס דארף איך ליידן? וואס גייט מיר אריבער דאס אלעס?' מען ווייסט נישט פון די ליכטיגע אמונה אינעם אייבערשטן.


גיי ארויס פון דיין באקוועמע ווינקל, הייב זיך אויף פאר א צווייטע איד, שארץ ארויף דיינע ערמל פאר א אידישע נשמה, געב א קארטל, געב א גליון, געב א סי די, א ספר, א קונטרס; וועסטו ראטעווען אידישע לעבנס.


היינט נאכט וועט זיין א שיעור פאר די פרויען, זאלסטו זען צו זיין אין שטוב צייטליך אז דיין ווייב זאל קענען קומען צום שיעור, ווייל יעצט אין די טעג וואס מען ברענגט אריין דעם יום טוב פסח דארפן די פרויען אסאך אסאך חיזוק, און אויך דארפן זיי וויסן די הלכות ווי אזוי מען מאכט פסח'דיג, וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט וויכטיג; זאלסטו אהיים גיין פרי און איר מחזק זיין צו קומען צום שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.