מכתב יומי
כג אייר תשפ"ג
May 14 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.
איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.
איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.
איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.
טבריה
אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.
איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.
מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.
עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.
מירון
מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.
מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.
מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.
בר מצוה
דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.
איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.
מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.
איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".
דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.
איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.
עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.
דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.
אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.
חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.
הנחת תפילין
פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.
איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.
ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.
אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.
קברי צדיקים
נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.
רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).
מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.
צפת
מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".
מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.
שבת קודש מירון
מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.
נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.
אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.
שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".
עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.
מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.
מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.
מוצאי שבת
מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.
מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.
זונטאג בהר בחקותי
איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.
מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.
איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.
ל"ג בעומר
מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.
איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.
נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.
נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.
ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.
איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.
ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.
אפשערן
איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.
איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".
איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.
יבנאל
מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.
איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.
איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.
איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.
פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.
בית פיגא ירושלים
איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.
ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.
תלמוד תורה ירושלים
איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.
איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.
איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.
דף גמרא ירושלים
איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.
נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.
ישיבה קטנה ירושלים
איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.
פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.
מעריב
עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.
אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.
מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!
פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!
איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.