מכתב יומי
כג טבת תשפ"ב
December 27 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר בעטן, אויב דו האסט אין שטוב א פושקע מיט צדקה געלט פון אונזער מוסד - זאלסטו מיר דאס ברענגען ווען דו קומסט צום שיעור, אדער אריינשיקן מיט איינעם.
אזוי אויך זאלסטו מיר ברענגען דיין פושקע פון דיין קאר און פון אפיס; איך האב פאר דיר פרישע פושקעס, סיי פאר שטוב, אפיס און קאר. ווייל איך בין יעצט אריינגעפאלן אין פרישע חובות, איך דארף יעדע פושקע, פרוטה ופרוטה מצטרפת.
נאך א זאך, אז דו זוכסט א פלאץ וואו צו אנטלויפן פון צער און פראבלעמען - אנטלויף צו די תורה. נעם א חומש און זיי מעביר סדרה, נעם א משניות און לערן אפאר פרקים משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די ווערטער. נעם א גמרא און לערן גמרא, זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה. דאס וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי ו, כב): "בְּהִתְהַלֶּכְךָ תַּנְחֶה אֹתָךְ", אויף די וועלט וועט דיך די תורה באגלייטן, "בְּשָׁכְבְּךָ תִּשְׁמֹר עָלֶיךָ", אין קבר וועט דיר די תורה אפהיטן פון אלעם שלעכטס, "וַהֲקִיצוֹתָ הִיא תְשִׂיחֶךָ", און די תורה וועט זיין פאר דיר א מליץ יושר ביים בית דין של מעלה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.