מכתב יומי
ל שבט תשפ"ב
February 01 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
א שאד דו ביסט נישט מחזק דיין ווייב זי זאל יא קומען צו די פרויען צאמקום.
עס איז אזוי וויכטיג, אזוי געזונט בגשמיות וברוחניות - זי זאל ארויסגיין פון שטוב, זי זאל זיך טרעפן מיט נשות אנשי שלומינו, גוטע חבר'טעס און הערן שיינע התחזקות.
ביי אלע פרויען איז די זעלבע זאך, מען האט נישט קיין חשק צו גיין, און ביים סוף, ווען מען גייט – האט מען הנאה. עס איז די ארבעט פונעם מאן צו מחזק זיין און ארויסהעלפן אין שטוב, העלפן מיט די קינדער כדי זי זאל קענען ארויסגיין.
רוב שיעורים ווערט נישט ארויפגעלייגט אויפ'ן האטליין, מען שניידט אויס די שטיקלעך וכו'; א שאד דיין ווייב זאל נישט הערן די שיינע חיזוק.
היינט נאכט קומט מען זיך צאם אין שטעטל, מארגן וועט זיין אין ישיבה; מאך אלעס גרייט אז דיין ווייב זאל קענען קומען. דו וועסט זיך אליינס איבערצייגן; זי וועט אהיים קומען א נייע מענטש, פרייליך, פריש, גרייט פאר דיר וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.