מכתב יומי

כג ניסן תשפ"ב

April 24 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר האבן זוכה געווען צו היטן פסח, עסן די הייליגע מצה און טון די אלע מצוות. מוהרא"ש זאגט, אנשי שלומינו זאגן: "פסח איז נישט אריבער - פסח איז אריין"; די אלע מצוות איז אריין אין אונז, די הייליגע מצה איז אריין אין אונז, דאס בלייבט מיט אונז אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין יום טוב פסח אין שטעטל קרית ברסלב מיט אנשי שלומינו. איך האב זיך אזוי מחי' געווען צו זען די ווירטשאפט פון דער נאנט; די שמחה, די אחדות און די פאזעטיווקייט, איך האב געהאט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין אין שטעטל קרית ברסלב אויך אויף יום טוב שבועות הבא עלינו לטובה, און אויב מען וועט נישט קענען פארן קיין אומאן אויף ראש השנה וועלן מיר מאכן אונזער קיבוץ אין קרית ברסלב.


די שטעטל שטייט נאך נישט קיין דריי יאר, דעם קומענדיגן זומער ווערט דריי יאר פון ווען מיר האבן מייסד געווען די ברסלב'ער שטעטל. עס זעט אויס ווי דאס איז שוין א שטעטל פון יארן, מען זעט ממש יד השם, חוץ לדרך הטבע - עס זאל זיך אזוי שנעל אויפבויען א נייעם ישוב.


מיר האבן שוין פיר בתי מדרשים און מקוואות, אויך האבן מיר די יאר געעפנט די ברסלב'ער מצה בעקעריי, מען האט געשפירט א גאר גוטע טעם אין די מצות. יעצט איז שוין דא די מקוה טהרה בהשגחת דעם דיין שליט"א, אויך איז דא פאר שבתים און ימים טובים נאך א מקוה טהרה, "מקוה מלכה", פאר די געגנט פון טווין ברידזש; דאס איז אלעס נאר ווייל יעדע זאך וואס מען מאכט - איז געמאכט מיט תפילה.


דער אייבערשטער איז דא, עס איז דא א השראת השכינה. די פלאץ איז א הייליגע פלאץ, אלע אינגעלייט זענען ערליך, אלע ווייבלעך זענען צניעות'דיג, אלע זענען אפגעשוירן; מוהרא"ש קוקט פון הימל און שעפט נחת צו זען זיינע תלמידים ותלמידות פירן זיך כרצונו. וויפיל מאל פלעגן מיר הערן ווי מוהרא"ש גרויסט זיך מיט יבנאל מיט דעם פרט, אז אלע משפחות זענען אפגעשוירן. מוהרא"ש פלעגט זיך בארומען אז ער האט גענומען ספרדי'שע משפחות - וואס ביי זיי שערט מען זיך נישט אפ די האר - און אלע משפחות, אלע פרויען - שערן זיך נאך די חתונה; אזוי איז יעצט אין קרית ברסלב, אלע משפחות איינס ביי איינס זענען אזוי טייער, אזוי איידל און אזוי ערליך, א פארגענוגן צו זיין מיט זיי.


די קומענדיגע זאך וואס מיר מאכן יעצט איז א שחיטה, "ברסלב'ע פלייש"; מיר האבן פיר אינגעלייט יראים ושלימים וואס ענדיגן יעצט לערנען די הלכות און די פאך. מוהרא"ש האט אונז געזאגט, פאר די אמעריקאנער אידן, מיר זאלן עסן נאר סאטמערע פלייש, אבער יעצט ווען מיר וועלן האבן שוחטים וואס רעדן צום אייבערשטן, שוחטים וואס גייען אין מקוה, שוחטים וואס זאגן תיקון הכללי און שוחטים וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן - וועלן מיר עסן ברסלב'ער פלייש.


אויך גייען מיר יעצט בויען א פינפטע בית המדרש אויף די גאס רעד-קליף. די שטעטל איז אויסגעשפרייט, עס נעמט אסאך צייט צו גיין שבת און יום טוב - דארפן מיר האבן שולן אויף אלע זייטן.


אויך ווארט מען צו באקומען רשות פון די שטאטישע באאמטע צו בויען א מיידל סקול אין שטעטל. ביז דערווייל פארן די מיידלעך ארויס פון שטעטל, יעצט ווארטן מיר צו באקומען רשות צו האבן די סקול אין שטעטל, ביי די גאס דענמען ביי קראס פארעם. אויך ווארט מען צו באקומען רשות צו בויען צען הייזער ביי די פארעם, און נאך פערציג הייזער ביי טווין ברידזש.


איך וויל יעצט קויפן א קאנטרי פאר אנשי שלומינו, אויך וועט דארט זיין א קעמפ פאר די אינגלעך, איך דארף האבן אסאך געלט; אויב איינער האט געלט ליגן אין די זייט און איז מסכים מיר דאס צו פארבארגן פאר דריי יאר - קען דאס מיר העלפן צו קויפן.


איך בעט דיר זייער זאלסט צוריק אנהויבן לערנען דיינע שיעורים כסדרן, עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען א בלאט גמרא; אז דו פארשטייסט נישט קיין גמרא - זאלסטו זאגן גמרא, דאס וועט דיר ליכטיג מאכן דיין לעבן, אלעס וועט דיר ווערן גרינגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.