מכתב יומי

כד ניסן תשפ"ב

April 25 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי ב', כ"ד ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך די זמן אין ישיבה האט זיך אנגעהויבן מיט א פרישקייט. איך בין אזוי פרייליך און פריש, די בחורים די תלמידים זענען עפעס וואס איז נאכנישט געווען; אזוי טייער, אזוי ערליך - ממש א מתנת חנם פונעם אייבערשטן. איך בעט אזויפיל דעם אייבערשטן אויף תלמידים הגונים, ברוך ה' אז יעצט זענען אלע גוטע תלמידים.


אויך די חדר און בית פיגא האט זיך צוריק אנגעהויבן מיט א שטארקע פרישקייט; די מלמדים, די טיטשערס זענען צוריק ביי די ארבעט מיט א שטארקייט, זיי זאגן אלע אז זיי האבן אזוי געווארט שוין צוריק צו קומען צו די ארבעט.


אינטערעסאנט איז, איך האב במשך דעם יום טוב געהערט פון אזויפיל אינגעלייט, ווי זיי וויינען און זאגן: "הלוואי ענדיגט זיך נישט דער יום טוב, מיר האבן נישט קיין כח צוריק צו גיין צו די ארבעט", און נאר די מלמדים און טיטשערס האבן מיר געזאגט אז זיי בענקען זיך צו די קינדער; אז א מלמד, א טיטשער בענקט צו די קינדער - דאס איז א גוטע סימן, דאס ווייזט אז זיי ארבעטן נישט פאר די געלט, זיי ארבעטן ווייל זיי האבן ליב די ארבעט, זיי ווילן לערנען מיט די קינדער די הייליגע תורה.


וואס זאל איך דיר זאגן, עס טוט זיך יעצט אין די קהילה אזויפיל נייע זאכן; איך קום נישט אן אלעס צו שרייבן. מיר קויפן יעצט א קאנטרי פאר אנשי שלומינו, אלע וואס ווילן קומען אין קאנטרי, זיי ווילן זיין אינאיינעם מיט ברסלב'ע משפחות - זאלן זיך מעלדן צו האברך ישעי' איידליס.


נישט אלע ווילן קומען, נישט אלע מוזן קומען; עס זענען דא וואס ווילן גיין אין פלעצער וואס מען טיילט נישט איין וואס צו טון, ווי אזוי צו לעבן; ביי אונז טיילט מען יא איין וואס צו טון און ווי אזוי צו לעבן, ביי אונז אין די קהילה מוז מען זיך פירן אזוי ווי די תורה זאגט. איינע פון די תקנות אין קאנטרי וועט זיין אז מען וועט נישט קענען שווימען נאר בצניעות, ביי אונז אין סקול לערנט מען די מיידלעך אז מען קען נאר שווימען מיט א קלייד, דעריבער נאר ווער עס וויל לעבן א לעבן וואס מען זאגט ווי אזוי צו לעבן - וועט קענען זיין אין אונזער קאנטרי.


עס טוט זיך יעצט גרויסע זאכן, די בית הדפוס ציט זיך יעצט אריבער אינעם נייעם בנין אין די גלילות פון שטעטל, נעבן דעם בנין פונעם תלמוד תורה; מען פלאנט יעצט א שיינע חנוכת הבית, עס קען זיין מען וועט דאס מאכן זונטאג פרשת בהר, פסח שני, - א שיינעם מעמד חנוכת הבית; מען וועט לאזן וויסן אויב עס וועט זיין גרייט פאר דעם.


עס טוט זיך גרויסע זאכן, איך קען דיר נאך אסאך שרייבן; בלי נדר וועל איך דיר שרייבן, אבער יעצט מוז איך אהיים לויפן העלפן מיין ווייב מיט די קינדער, איך קען נישט יעצט מאריך זיין.


איין זאך וויל איך דיר זייער בעטן, גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און לאז דיין טעלעפאן אין קאר בשעת'ן דאווענען; דו וועסט האבן אזויפיל הצלחה אז די פאר מינוט וואס דו דאוונסט זאלסטו נישט האבן דיין טעלעפאן מיט דיר.


איך וועל דיר נאך שרייבן וואס טוט זיך אין די קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.