מכתב יומי
כד אדר תשפ"א
March 08 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
האסט אודאי געהערט די ביטערע נייעס, אז מיין גרויסער זיידע, כבוד קדושת הגאון הצדיק מקארלסבורג איז נעכטן נסתלק געווארן; איך בין געווען נעכטן א גאנצן טאג פארנומען מיט די לוי', איך בין זייער צעבראכן.
איך האב זוכה געווען לאנגע יארן צו האבן די זכיה אים משמש זיין בייטאג און ביינאכט; איך האב זוכה געווען צו זיין מיט אים לאנגע יארן זיין חברותא, יעצט איז ער נסתלק געווארן.
אים פעלט גארנישט; ער גייט ארויף אין הימל מיט זיינע יארן, אנגעפילטע יארן מיט תורה, תפילה און דביקות בשם; עס איז נישט שייך ארויסצוברענגען ווער דער איד איז געווען.
איך האב זוכה געווען צו זיין מיט אים מיין ערשטע מאל אין לעבן ביים הייליגן רבינ'ס ציון, צוויי מאל בין איך געווען מיט אים אין אומאן, און ביי נאך אסאך מקומות הקדושים. איך האב זוכה געווען צו זיין מיט אים צענדליגער מאל פאר אפאר וואכן אין איין צי אין מירון ביים הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, איך האב אים משמש געווען און געלערנט מיט אים נגלה און נסתר, איך האב זוכה געווען צו באקומען פון אים שימוש און הוראה.
איך האב געהאט די זכיה צו זען וואס הייסט א דאווענען, וואס הייסט ליינען קריאת שמע, וואס הייסט זאגן ברכת התורה; יעדע זאך וואס א איד דארף טון האט ער געטון מיט אזא זיסקייט, מיט אזא געשמאק, עס האט געהאט אלע חן אין דער וועלט.
מיין זיידע דער גרויסער צדיק איז געקומען קיין יבנאל מחזק זיין מוהרא"ש ווען מוהרא"ש האט געהאט די רדיפות; ער האט מחזק געווען מוהרא"ש מיט אנשי שלומינו.
היינט נאכט מאך איך א וואכנאכט ביי מיין שווער אין ווייצענער בית המדרש, איך וויל דיר לאדענען פערזענליך, מארגן וועט זיין דער ברית ביי מיין טאטע שליט"א אין קארלסבורג. מיין טאטע איז נעכטן נאכט געפארן קיין ארץ ישראל מיט די מטה, יעצט קומט פאר די לויה און די קבורה אין מירון; ער וועט שוין זיין צוריק אויף מארגן אינדערפרי.
געב א קוק וואס בלייבט פונעם מענטש. מיין זיידע זכותו יגן עלינו האט מיט גענומען מיט זיך כל התורה כולה; אים איז יעצט גוט, ער גייט ארויף אין הימל מיט כל התורה כולה - נגלה און נסתר. זיין גאנץ לעבן האט ער נאר געלערנט; דאס קען מען נישט מסביר זיין פאר ווער עס האט דאס נישט געזען, ביי אים איז נישט געווען אזא זאך ווי זיך אפרוען, ער איז געזיצן און געלערנט טאג און נאכט, ער האט זיך נישט אריינגעלייגט אין בעט.
איך האב געזען מיט מיינע אויגן איבער דרייסיג יאר דעם איד לערנען א גאנצע נאכט; מיר האבן געוואוינט העכער זיין דירה, איך האב אים געזען נאר לערנען, ער פלעגט זיך ווארפן די הענט און די פיס אז ער זאל נישט איינשלאפן; יעצט וועט ער עסן די שכר אויף יענע וועלט.
איך לויף אריין צו די בחורים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ה אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בין נאכנישט ביי מיינע כוחות; די פטירה פון מיין זיידע האט מיר זייער צעשאקלט, איך בין זייער אפגעשוואכט. איך האלט אינמיטן א שמחה; היינט מאך איך א וואכטנאכט און מארגן א ברית פאר מיין זון, איך פרוביר מיט אלע כוחות זיך צו שטארקן, ווייל די ווייטאג פון די פטירה איז מיר זייער שטארק.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א זיידע מיר האבן געהאט, וואס פאר א צדיק מיר האבן געהאט אין אונזער דור. מוהרא"ש פלעגט מיר שטענדיג זאגן: "דו האסט א זיידע א צדיק". מיין זיידע זכותו יגן עלינו האט שטענדיג מחזק געווען מוהרא"ש; ער איז געפארן קיין יבנאל מחזק זיין אנשי שלומינו ווען מוהרא"ש האט נישט געקענט פארן ווען די מלכות הרשעה, די ערב רב - האבן אים געוואלט לייגן אין תפיסה פאר'ן חתונה מאכן אידישע קינדער יונגערהייט זיי צו ראטעווען פון עבירות.
מיין זיידע האט זייער ליב געהאט ברסלב'ע אידן, ער פלעגט מיר אלץ ווייזן אין מירון אנשי שלומנו ווי זיי דינען דעם אייבערשטן. איך בין געווען א יונגער בחור פון פערצן יאר, איך פלעג גיין מיט מיין זיידע קיין מירון אים משמש זיין; ער פלעגט זיצן אין די מערה ביי רבי שמעון א גאנצע נאכט. דעמאלט איז אין מירון נאכנישט געווען אזא פארקער מיט מענטשן אזוי ווי היינט, אינמיטן יאר, אינמיטן ווינטער - איז קוים געווען צוויי מנינים שחרית און ביינאכט האבן מיר געדארפט ווארטן ביז מען האט געהאט מנין. עס פלעגט זיין קאלט אין די מערה, דאך איז ער געזיצן און געלערנט גאנצע נעכט.
איך פלעג לערנען מיט אים אינאיינעם, ער האט מיר מיט גענומען ווען ער פלעגט געבן א שיעור אין קבלה; איינמאל האט מיר איינער פון די רבנים געפרעגט פארוואס איך קום מיט יעדן טאג, אויב איך פארשטיי; האב איך געזאגט דעם אמת אז איך פארשטיי נישט, פרעגט ער מיר: "פארוואס קומסטו מיט, וואס האסטו פון זיצן דא לאנגע שעות?" האט מיין זיידע זיך אנגערופן: "אפילו ער פארשטייט נישט זאל ער זיצן מיט מיר, וועט אריינגיין אין אים די הייליגע ווערטער".
פון איין זייט בין איך זייער צעבראכן פון די פטירה, פון די אנדערע זייט בין איך זייער שטארק ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש. מיטוואך וועט זיין א שיעור פאר די פרויען, איך האף דו וועסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען, עס וועט זיין שטארקע חיזוק פאר זיי בכלליות און בפרטיות אויף פסח.
מארגן אינדערפרי וועל איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאכן די ברית ביי מיין טאטע שליט"א אין קארלסבורגער בית המדרש; איך ווייס נאכנישט די פונקטליכע צייט, איך ווארט צו הערן ווען ער קומט צוריק פון מירון, פון די קבורה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.