מכתב יומי

כד כסלו תשפ

December 22 2019

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט ווען מיר גייען אנצינדן די הייליגע חנוכה לעכט, געב זייער אכטונג נישט צו ווערן בכעס; יעדעס מאל עס קומט אראפ א גרויסע ליכטיגקייט זוכט דער שטן דאס צו צעשטערן דורך כעס, ווייל אז מען רעגט זיך, מען ווערט אין כעס - פארלירט מען אלעס.


גיי אהיים פרי, דיינע קינדער ווארטן אויף דיר; גרייט אן א מנורה פאר אלע דיינע אינגלעך, זינג מיט זיי פרייליכע ניגונים און דערצייל זיי די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונזערע עלטערן, אזוי אויך די ניסים וואס ער טוט מיט אונז יעדן טאג און יעדע מינוט.


ביי די לעכט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן וואס דו דארפסט; מוהרא"ש זאגט אז בשעת די לעכט ברענט איז א גרויסע עת רצון צו בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען דארף.


מוהרא"ש האט זיך געפירט אנצוטון בגדי שבת ביים צינדן די מנורה ביז נאך די האלבע שעה וואס מען זיצט ביי די לעכט.


א גוטן חנוכה.