מכתב יומי
כה כסלו תשפ
December 23 2019
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
יעצט ווען מיר שטייען אין די הייליגע חנוכה טעג איז א גוטע צייט פאר דיר דו זאלסט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. לאז אפ דיינע שלעכטע חברים; רעד נישט מיט מענטשן וואס אלע זייערע ווערטער דריידט זיך ארום עבירות און זיכער נישט מיט די וואס רעדן ליצנות אויף די תורה.
יעצט איז א גוטע צייט צוריק צו קומען צום אייבערשטן; מאך זיך א חשבון, שוין אזא לאנגע צייט וואס דו לערנסט נישט, דו האסט שוין פארגעסן ווי אזוי די גמרא זעט אויס; שוין אזא לאנגע צייט וואס דו דאווענסט נישט, דו טוסט נישט אן קיין תפילין, יעצט חנוכה קומט אראפ אזא הייליגקייט עס איז א צייט וואס מען עפנט אויף אלע טירן פאר יעדן איינעם.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה יט, ד) אויפ'ן פסוק (איוב לא, לב): "בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר"; "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, "הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה", די טירן זענען שטענדיג אפן, "וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריק קומען צו אים; הייב אן גיין אין שול דריי מאל א טאג, הייב אן לערנען די הייליגע תורה, זאג די ווערטער פון די תורה, זאג משניות און גמרא; דאס וועט דיר צוריק ברענגען צום אייבערשטן.
הער דעם קול וואס דער רבי האט געשריגן (שיחות הר"ן, סימן קנג): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש! קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען!" דער יצר הרע וויל נאר איין זאך פונעם מענטש: ער זאל זיך אונטערגעבן, ער זאל אפלאזן זיינע רצונות, מען זאל שוין נישט וועלן זיין גוט. הייב זיך אויף טייערער ברודער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה ה.): "אֵין כָּל דָּבָר עוֹמֵד בִּפְנֵי כָּל בַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה", קיין שום זאך קען נישט אפהאלטן א מענטש פון תשובה טון, דער אייבערשטער נעמט יעדן איינעם צוריק.
א גוטן חנוכה.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
טו אלעס אויף די וועלט צו קענען זיין צייטליך אין שטוב צו צינדן די מנורה מיט דיינע קינדערלעך; עס איז נישט קיין יושר צו בלייבן ארבעטן ווען די קינדער ווארטן אויף דיר צו צינדן די מנורה.
מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען זייער ברוגז אויף די וואס קומען נישט אהיים צייטליך צינדן די מנורה מיט די ווייב און קינדער; ווער האט אונז נאך אזוי מחזק געווען מיר זאלן פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון - אזוי ווי מוהרא"ש, מיט דעם אלעם פלעגט מוהרא"ש זייער רעדן אנטקעגן די וואס פארן אוועק פון שטוב און לאזן איבער די קינדער, ווייל חנוכה דארף א טאטע זיין אין שטוב מיט די קינדער.
לייג אוועק אלע דיינע וויכטיגע זאכן אויף אן אנדערע מאל; גיי אהיים צינדן די מנורה מיט די קינדער, זינג מיט זיי, טאנץ מיט זיי און דערצייל זיי די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון.
א ליכטיגן חנוכה.