מכתב יומי

כד סיון תשע"ח

June 07 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל וויסן אויב דו ביסט עוסק אין הפצה.


מיין גאנצע התקרבות צום הייליגן רבי'ן איז נאר געקומען פון הפצה. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפרט קטן האב איך באקומען פון א מפיץ א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", און דאס האט געטוישט מיין לעבן; ברוך השם אז דאס האט גורם געווען אז מיר זאלן עפענען די ישיבה וכו' וואס דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנס לעבן.


קוק נישט אן הפצה ווי א פארשעמטע זאך; א מפיץ איז ווי א הצלה מאן, עס איז נאר דא קיין חילוק, אז דער הצלה מאן לויפט ראטעווען די גוף פון א איד, און דער מפיץ ראטעוועט די נשמה פון א איד.


אז מיר זענען דא ביים רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן; דער רבי הייבט אן די מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש איז דאס מסביר (בספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן. ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.


ווען דו זאלסט וויסן וואס הפצה איז, וואלסטו עוסק געווען אין הפצה מיט דיין גאנצע כח און מח! ווען מען געבט א ספר פאר א מענטש וואס איז שוין ביי זיך אפגע'פסק'עט אז ער קען שוין נישט האבן קיין תקנה, און ער זוכט נאר ווי אזוי ער קען ענדיגן זיין לעבן השם ישמרינו, פלוצלינג קומט צו גיין א מפיץ און ער באקומט פון אים א ספר, א סידי, אדער א קארטל מיט א נאמבער וואו ער קען רופן און הערן חיזוק – דורכדעם האסטו פשוט געראטעוועט דאס לעבן פון א מענטש, און דאס איז אזוי ווי דו האסט ממש אויפגעשטעלט אן עולם מלא.


איך ווארט צו הערן פון דיר אויב דו ביסט עוסק אין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.