מכתב יומי
כג סיון תשע"ח
June 06 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
מיין הארץ איז פול מיט לויב און דאנק פארן אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו האבן מוסדות וואו מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיטן הייליגן רבינ'ס לימודים אויפן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט עס אונז איבער געגעבן, א מוסד וואו מיר קענען אריין באקן אין די קינדער פון זייער יוגענט אמונה פשוטה, זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן; "אִלּוּ פִינוּ מָלֵא שִׁירָה כַּיָּם, וּלְשׁוֹנֵנוּ רִנָּה כֲּהַמוֹן גַּלָּיו, וְשִׂפְתוֹתֵינוּ שֶׁבַח כְּמֶרְחֲבֵי רָקִיעַ, וְעֵינֵינוּ מְאִירוֹת כַּשֶׁמֶשׁ וְכַיָּרֵחַ, וְיָדֵינוּ פְרוּשׂוֹת כְּנִשְׂרֵי שָׁמַיִם, וְרַגְלֵינוּ קַלּוֹת כָּאַיָּלוֹת - אֵין אֲנַחְנוּ מַסְפִּיקִים לְהוֹדוֹת לְפָנֶיךָ" - אז מיר האבן א ריינע ווינקעלע פאר אונזערע קינדער.
נעכטן נאכט האבן די מיידלעך פארגעשטעלט א פלעי: "די פארלוירענע בת מלך". דער רבי הייבט אן די מעשה מיט די ווערטער (סיפורי מעשיות, מעשה א): "אין וועג האב איך דערציילט א מעשה וואס ווער עס האט געהערט די מעשה האט געהאט א הרהור תשובה"; אלע וואס האבן געזען די פלעי האבן געהאט א הרהור תשובה, אלע צוקוקער זענען אהיים אנגעפילט מיט חיזוק אז עס איז אייביג דא א וועג ארויס פון יעדע פראבלעם.
זונטאג וועט אם ירצה ה' פארקומען א חומש סעודה אין ישיבה פון די כתה א' קינדער; ווער האט געקענט אמאל טראכטן אז מיר וועלן האבן אזא שיינע תלמוד תורה וואו קינדער וואקסן אויף מיט אמונה פשוטה; א תלמוד תורה וואס די קינדער האבן ליב צו קומען אין חדר, קינדער וואס לעבן מיטן רבי'ן און קינדער וואס גייען הפצה; דארפן מיר ווייטער בעטן דעם אייבערשטן: "עַד הֵנָּה עֲזָרוּנוּ רַחֲמֶיךָ, וְלֹא עֲזָבוּנוּ חֲסָדֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ, וְאַל תִּטְּשֵׁנוּ ה' אֱלֹקֵינוּ לָנֶצַח", ער זאל אונז ווייטער העלפן מיר זאלן קענען מגדל זיין אונזערע קינדער מיטן הייליגן רבינ'ס לימודים.
היינט נאכט וועלן די מיידלעך נאכאמאל פארשטעלן די "פארלוירענע בת מלך"; זע אז דיין ווייב זאל קומען און מיטהאלטן די פלעי, זע אז דיינע טעכטער זאלן קומען; עס לוינט זיך אפילו צו קומען און צו פארן פון ווייט צו קענען זען וואס דער רבי האט געזאגט פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק (חיי מוהר"ן, סימן רכט; שו): "מיין פייערל וועט טליען ביז משיח וועט קומען"; מען זעט ווי די קינדער וואקסן אויף מיטן רבי'ן, עס איז א לעבעדיגע רבי, א לעבעדיגע סיפורי מעשיות; דאס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זיי א גאנץ לעבן.
חינוך הייבט זיך אן ביי זיך; א מענטש דארף זיך אליינס מחנך זיין צו גיין אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, שחרית מנחה און מעריב מיט מנין. א קינד זעט ווי אזוי זיין טאטע פירט זיך אויף, און אויב דער טאטע איז מזלזל אין דעם, ער קומט שפעט אין שול ווען מען האלט שוין טיף אינמיטן דאווענען און ער רעדט אין שול, ברענגט דאס אריין אין די קינדער א זלזול צו תפילה און א זלזול צו דאווענען מיט מנין. פארשטייט זיך אז עלטערן כאפן נישט וואס זיי טוען, ווייל ביי זיך אין קאפ טראכט דער טאטע: "וואס איז שוין? מיינע קינדער זענען דאך נאך יונג וכו", אבער שפעטער ווען די קינדער ווערן עלטער אינטערעסירט זיי נישט קיין שול, קיין מנין און קיין דאווענען רחמנא לצלן.
דאס זעלבע איז ביי קיום המצוות; אז דו וועסט זיך אנגרייטן "נעגל וואסער" וועלן דיינע קינדער אויך זיין ערליך, זיי וועלן זיך פירן מיט יראת שמים און זיך אויך אנגרייטן נעגל וואסער. א טאטע וואס איז מזלזל אין תפילין און אין ציצית, וועלן די קינדער אויך מזלזל זיין אין דעם, אזוי אויך פארקערט, א טאטע וואס בענטשט שטענדיג אין א בענטשער, וועלן זיינע קינדער אויך אזוי טון; א טאטע וואס יעדע זאך איז ביי אים כשר, ער געבט נישט אכטונג אויף א גוטער הכשר, וועלן די קינדער עסן נבילות וטריפות רחמנא לצלן.
איך בעט דיר זייער, געב אכטונג נישט צו שרייען און טשעפען דיינע קינדער; געדענק וואס דער רבי האט געזאגט: "יעדע זאך וואס מען פועל'ט מיט שלעכטן, וואלט מען גרינגער געקענט פועל'ן מיט גוטנס", אסאך מאל מיינט מען אז מען וועט שרייען וכו' אויף די קינדער וועלן זיי פאלגן, דארף מען געדענקען וואס דער רבי זאגט, אז מיט גוטן וואלט מען אסאך גרינגער און שנעלער גע'פועל'ט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.