מכתב יומי

כד שבט תשפ"ו

February 11 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ליבער ברודער, טייערער חבר, לאז דיך אפ פון די דמיון 'חברים', מוהרא"ש האט אונז ארויסגענומען פון דמיון, מוהרא"ש האט אונז געעפנט די אויגן, מיר זאלן נישט פארברענען אונזערע טעג, אונזער יארן, מיט כלומר'ישע חברים, מוהרא"ש זאגט: "אויב א חבר, אויב איז דא א חבר – איז דאס די ווייב"; זי איז דיר געטריי, זי העלפט דיר מגדל זיין די קינדער.


עס וויינט מיר מיין הארץ פארוואס איך קען צוריק הערן אויף מיינע תלמידים ווי זיי זענען פאר'שיכור'ט מיט חברים, פאר'שיכור'ט מיט די טעלעפאן; די ווייב פאלט פון די כוחות, זי האט פיצלעך קינדער, זי איז א שמאטע, דער מאן איז אין זיין וועלט מיט זיינע כלים, טעלעפאן, טעבלעט וכו', רבונו של עולם, וואס וועט דא זיין...?


מען קוקט אונז אן ווי די שוואכע פון ברסלב, ווייל ביי אונז רעדט מען טאג און נאכט פון שלום בית וכו'; הער אויס טייערער ברודער, אז מען אנטלויפט פון שטוב קיין מירון וכו' איז מען נישט נאר א קל, נאר מען איז א שוטה און אן אכזר, (אז מען האט א ווייב מיט קינדער), אנטלויפן פון שטוב איז נישט עבודת השם, עס איז פשוט זיין א שלעכטער, ווייל מוהרא"ש האט אונז געלערנט דעם רבינ'ס זאך, מען זאל העלפן די ווייב, העלפן מיט די קינדער, העלפן מיט גוטע ווערטער, (איך געדענק גאר גוט, איידער מיין התקרבות ווי אזוי מען איז אין די דמיון וכו' וכו').


הלוואי זאל איך האבן די זכי' צו קענען דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, מען זאל נישט מבטל זיין די טעג און די יארן מיט די דמיון פון חברים, מען זאל זיין אין שטוב העלפן די ווייב, מחזק זיין די ווייב, אזוי האט מען הייליגע מוחין, דאס איז אן אמת'ע ערליכע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.