מכתב יומי
כג שבט תשפ"ו
February 10 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס האט זיך אראפגעלאזט שרעקליכע פרעסטן, שוין יארן וואס איז נישט געווען אזעלכע פרעסטן, מען דארף זען אז אין שטוב זאל זיין ווארעם, אין שטוב זאל מען זיך ליב האבן, בפרט ביי אנשי שלומינו וואס דער רבי האט אזויפיל גערעדט און געווארנט מיר זאלן אכטונג געבן אין שטוב, מכבד זיין די ווייב, העלפן מיט די קינדער.
היינט איז געווארן א צרה, מען קען זיין אין שטוב און מען איז נישט אין שטוב; די גוף איז אין שטוב, און די מח מחשבה, נשמה איז אין די אנדערע עק וועלט – דורך זיצן אויף די כלים, קוקן נייעס, שפילן געימס, זען ליצנות, הערן מענטשנ'ס בויך וויי; ווען די אויסגעקוועטשטע ווייב, אויסגעקוועטשט ווי א שמאטע פון ברענגען קינדער, אויפשטיין יעדע פופצן מינוט צו די קינדער, האדעווען קינדער וכו' וכו', און זיין א געטרייע ווייב, עושה רצון בעלה וכו' וכו', און זי ווארט איר מאן זאל איר העלפן, איר אויסהערן, איר געבן א שמייכל, איר טראגן, איר ברענגען, און די כלים האבן א מאגנעט, עס ציט דעם מענטש אויס פון די וועלט.
די עצה איז התבודדות; נאר דורך התבודדות קען מען געראטעוועט ווערן. איך וועל דיר דערציילן עפעס פריוואט, דער סמ"ך מ"ם איז געקומען צו מיר בהקיץ, מיר געברענגט אין שטוב א קליינע קאמפיוטער, א לעפטאפ, איך זאל קענען אויפטון, קענען שרייבן ספרים... שרייבן בריוון... פאר א שטיק צייט האב איך נישט געכאפט, נאר נאך התבודדות, דורך וויינען צום אייבערשטן איך זאל מיך נישט נארן, איך זאל וויסן וואס איז ריכטיג, האב איך עס ארויסגענומען פון שטוב, ברוך השם.
די אלע וואס לויפן אוועק פון שטוב, זיי גייען מיט חברים, מען גייט אין שוויץ, און אפילו קברי צדיקים, די אלע זענען אין דמיון, די אלע זענען א גרויס רחמנות.
נישטא קיין חברים, נאר דער צדיק איז אן אמת'ער חבר, ער וויל אונזער גוטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.