מכתב יומי
כד תשרי תשע"ט
October 03 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האף דיר צו שרייבן ווייטער יעדן טאג אביסל חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן; יעצט בין איך זייער פארנומען, סיי אז מיר הייבן אן זונטאג דעם עלפטן יאר ישיבה און אויך דארף מען יעצט מסדר זיין אלע כיתות אין חדר, ביי אונז גייען די קינדער ארויף צום נייעם מלמד נאך סוכות – אם ירצה ה' דעם קומענדיגן זונטאג; דעריבער האב איך נישט קיין צייט דיר צו שרייבן לאנגע בריוו.
איך וויל דיר מחזק זיין אויב דו האסט נאך נישט אנגעהויבן מעביר סדרה זיין פרשת בראשית זאלסטו היינט אנהייבן מעביר סדרה זיין; מיר האבן יעצט מסיים געווען די הייליגע תורה און מען הייבט שוין אן נאכאמאל די תורה.
מוהרא"ש האט נאכגעזאגט בשם זיין טאט'ן - דער טאקאי'ער רב זכרונו לברכה אז שמחת תורה מאכט מען א פארקערטע הגבה און דער וואס גייט הגבה זעט א ליידיגע שטיק פארמעט, צו ווייזן פארן מענטש ער זאל נישט מיינען אז וויבאלד ער האט מסיים געווען חמשה חומשי תורה דארף ער שוין נישט לערנען, דעריבער ווייזט מען אים: 'קוק אז דער פארמעט איז ליידיג, מען דארף נאכאמאל אנהייבן צו לערנען די הייליגע תורה'.
אז דו וועסט לערנען תורה וועסטו זיין צופרידן; גארנישט אויף דער וועלט קען צופרידן שטעלן דעם מענטש, נאר די הייליגע תורה. דעריבער איז יעצט דער ריכטיגער צייט זיך צו באנייען אין אנהייבן לערנען די הייליגע תורה; בפרט אז מיר האבן דעם 'סדר דרך הלימוד' פונעם הייליגן רבי'ן וואס זאגט אז אפילו מען פארשטייט נישט קיין לערנען זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.