מכתב יומי
כה תשרי תשע"ט
October 04 2018
‹ ›בעזרת ה׳ יתברך
יום ה׳ פרשת בראשית, כ״ה תשרי, שנת תשע״ט לפרט קטן
לכבוד... נרו יאיר.
זע ארויס צו העלפן אין שטוב; זוך נישט נאר ווי דו קענסט קריטיקירן דיין ווייב, האב אביסל רחמנות אויף איר, קוק ווי שווער זי ארבעט דיר צופרידן צו שטעלן און אנשטאט איר צו געבן גוטע ווערטער זוכסטו נאר ווי דו קענסט איר זאגן א קריטיק.
ביי דיר שפילט זיך ממש אפ די מעשה וואס חכמינו זכרתם לברכה דערציילן (ירושלמי ברכות פרק ח, הלכה ה): "אבא בר בר חנא ורב חונא הוון יתבין אכלין, והוה רבי זעירא קאים ומשמש קומיהון עלה וטעין תרויהון בחדא ידיה", אבא בר בר חנא און רב חונא האבן געגעסן א סעודה און רבי זעירא האט זיי משמש געווען, ביים סוף סעודה פלעגט מען זיך פירן צו טרינקען וויין און זיך אפוואשן די הענט מיט שמעקעדיקע אויל, האט רבי זירא האט אריין געברענגט ביידע זאכן - סיי די וויין און סיי די אויל - אין איין האנט, רופט זיך רבא בר בר חנא אן צו אים: "מה ידיך חוריתא קטעיך", וואס ברענגסטו ביידע זאכן מיט איין האנט, האסט דאך צוויי הענט, דיין אנדערע האנט איז דיר צעבראכן?! ווען אבא בר בר חנא׳ס טאטע האט דאס געהערט האט ער זיך אנגערופן צו זיין זון: "לא מיסתך דאת רביע והוא קאים משמש", נישט גענוג אז דו זיצט אנגעלאנט און דו עסט א געשמאקע סעודה, ווען רבי זעירא באדינט דיר, אין צוגאב צו דעם וואס ער איז א כהן און מען טאר דאך זיך נישט באדינען דורך א כהן, וואס האלסטו אים פאר אויף דעם? "גזירה דהוא רבע ואת קאים ומשמש תחתוי", איך באפעל דיר דו זאלסט זיך אויפשטעלן פון דיין פלאץ אים צו באדינען, און ער זאל זיך אנלאנען און עסן.
דאס זעלבע זאג איך דיר: דו זיצט באקוועם ביי די סעודה, דיין ווייב באדינט דיר, זי קאכט און באקט, זי האט דיר צוגעשטעלט דורכאויס דעם גאנצן יום טוב געשמאקע סעודות, און דו הערסט איר נישט אויף פארצוהאלטן פאר דאס און פאר יענץ...
אנשטאט זוכן אין איר חסרונות נעם ענדערש א משניות און זיי גורס פרקים משניות, דאס וועט דיר געבן א ישוב הדעת, עס וועט דיר אויסקלארן דיין מח.
איך ווארט צו הערץ פון דיר אז דו האסט באקומען די בריוו.