מכתב יומי

כד תשרי תשפ"ב

September 30 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר האבן זוכה געווען צו מקיים זיין די מצוה פון ד' מינים, מיר האבן זוכה געווען זיך צו פרייען מיט די הייליגע תורה.


עס איז גאר אנדערש יום טוב נאכן מקורב ווערן צום רבי'ן; עס האט א טעם, עס האט א חיות, און זיכער ווען עס קומט שמחת תורה איז גאר אנדערש די שמחה, די טאנצן און די זינגען.


ביי אונז אין ישיבה איז די שמחה געווען אין לשער, מען קען דאס נישט אפשאצן; יעדער איינער האט אזוי געטאנצן, מען האט געשפירט אן אויסטערלישער שמחה אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, לאז זיך נישט צעברעכן פונעם יצר הרע; אפילו דו האסט נישט מיט וואס צו זיין פרייליך, ביסט איין שטיק צעבראכנקייט, דו האסט גארנישט, דו ליידסט וכו' וכו' - זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו גלייבן אינעם אייבערשטן; וויסן, געדענקען און חזר'ן אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס, ער טוט אלעס און ער מאכט אלעס.


איין עצה איז דא ווען מען ליידט, נאכאמאל גיין צום אייבערשטן; אים בעטן, רעדן מיט אים און שמועסן מיט אים.


היינט נאכט וועט נישט זיין די וועכנטליכער שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.