מכתב יומי
כה תשרי תשפ"ב
October 01 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בראשית-מברכין החודש, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זיי פרייליך א גאנץ שבת - וועסטו האבן גרויס עשירות. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קיט.) רבי חייא בר אבא איז געווען אין די שטאט לודקיא און ער האט געזען ווי מען האט אריינגעברענגט פאר זיין בעל אכסניא א גאלדענעם טיש, דער טיש איז געווען געמאכט פון אזויפיל גאלד אז זעכצן מענטשן האבן דאס געדארפט אויפהייבן; אינעם טיש זענען געווען זעכצן זילבערנע קייטלעך און עס איז געווען צוגעבינדן צו זיי טעלערס און גלעזער, אויפ'ן טיש זענען געווען אלע סארט געשמאקע עסן און טרינקען און שמעקעדיגע בשמים.
ווען מען האט אריינגעברענגט דעם טיש האט מען געזינגען דעם קאפיטל תהילים (תהלים כד, א): "לַה' הָאָרֶץ וּמְלֹאָהּ וגו'" - אלעס אויף די וועלט איז דעם אייבערשטנ'ס, נאכן עסן האבן זיי געזינגען דעם קאפיטל תהילים (שם קטו, טז): "הַשָּׁמַיִם שָׁמַיִם לַה' וְהָאָרֶץ נָתַן לִבְנֵי אָדָם"; רבי חייא האט זיך זייער געוואונדערט און געפרעגט: "וואס פאר א גוטע זאך האסטו געטון אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא רייכטום?" האט יענער געזאגט: "איך בין א קצב (בוטשער) און ווען איך זע א שיינע בהמה לייג איך דאס אוועק פאר מיר פאר שבת", האט אים רבי חייא געזאגט: "אַשְׁרֶיךָ שֶׁזָּכִיתָ", וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו דעם, "וּבָרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁזִּכֵּךְ לְכָךְ", און געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט דיר מזכה געווען מיט דעם.
עס איז נישט גרינג, דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער שטארק מען זאל נישט זיין פרייליך, מען זאל זיך קריגן; ער מאכט אין יעדע שטוב מחלוקות און אנגעצויגנקייט, דערפאר דארף מען זיך זייער היטן פון מחלוקות.
בעט דעם אייבערשטן די ווערטער: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין פרייליך; העלף מיר עס זאל מיר גארנישט שטערן, איך זאל נישט ווערן נערוועז פון קיין שום זאך, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע".
א פרייליכן שבת!
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בראשית-מברכין החודש, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט זיך איבערבעטן מיט אייער מאן, איר זאלט רעדן שיין צו אים.
ערליכע פרויען, נשים צדקניות - רעדן ווייך און הארציג צום מאן, דעריבער רוט די שכינה הקדושה ביי זיי אין שטוב, ווייל די שכינה רוט נאר וואו מען האט זיך ליב; דארט וואו מען קריגט זיך, דארט וואו מען בייסט זיך, מען האט זיך פיינט - דארט איז דער שטן (ספר המידות אות מריבה, סימן סו).
בעטס דעם אייבערשטן ביי די ליכט עס זאל זיין שלום צווישן אייך.
א גוט שבת.