מכתב יומי
כה אב תשפ"א
August 03 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ווען דו וואלסט ווען געלערנט יעדן טאג גמרא, וואלסט געלערנט יעדן טאג די בלאט גמרא - וואלסטו געשפירט גאר אנדערש, וואלסט געשפירט א טעם אין לעבן; עס איז גאר אנדערש דאס לעבן ווען מען לערנט גמרא, אז מען לערנט גמרא איז מען אלעס מתקן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט פון הרב הקדוש רבי בנציון מ'באבוב זכותו יגן עלינו בעל מחבר ספר "קדושת ציון", עס זענען געקומען בחורים און אים געבעטן א תיקון פאר זייערע עבירות, זיי האבן אים דערציילט אלע זייערע חטאות נעורים וואס זיי האבן געטון און געבעטן א תיקון, האט ער זיי געזאגט זיי זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, האבן אים די בחורים געזאגט אז דאס איז זיי זייער שווער, האט דער באבוב'ער רב זיי געזאגט: "ווען איך וואלט אייך געזאגט איר זאלט זיך אפברענען אייערע הענט און מאכן גלגול שלג וואלט איר געלאפן מיט שמחה דאס טון, איר ווארט איך זאל אייך געבן אזא תיקון? דא געב איך ענק א גרינגע תיקון - א בלאט גמרא, איז ענק שווער צו לערנען?!" זעט מען פון דעם אז לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא איז א גרעסערע תיקון מער ווי אלע סארט סיגופים; ווי פארברענען די הענט און מאכן גלגול שלג.
אז דו פאררופסט זיך א ברסלב'ער חסיד דארפסטו טון וואס איז חשוב ביים רבי'ן, דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל בתחלת ספר עלים לתרופה, מכתב ב): "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים, דערפאר זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג, און אפילו דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער, ווייל תורה וואשט אויס א מענטש אינגאנצן פון זיין שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.