מכתב יומי
כו אב תשפ"א
August 04 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז דו שפירסט ווי קיינער דארף דיר נישט, קיינער הערט דיר נישט אויס - זאלסטו נאר געבן א טראכט פון הייליגן רבי'ן, דער הייליגער רבי האט דאס אויך געשפירט אין זיינע יונגע יארן.
דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט און אז קיינער קוקט נישט אויף אים, "רַק אַדְּרַבָּה, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעם האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך.
"וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאווענט און געבעטן, אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודות השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.
מארגן איז ערב ראש חודש אלול מוקדם, עס איז א טאג פון תשובה; מיר וועלן זאגן אינאיינעם יום כיפור קטן אום אכט אזייגער, נאכדעם וועט זיין די שיעור.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה מיט אלע אידן זוכה זיין צו אלע תיקונים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.