מכתב יומי
כה אדר ב' תשפ"ב
March 28 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תזריע, כ"ה אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין אין ארץ ישראל. היינט פארטאגס בין איך אנגעקומען אהיים בשלום, איך בין שוין אין ישיבה מיט די בחורים, איך פריי זיך זייער צו זיין צוריק אין ישיבה.
איך וויל דיר זייער בעטן, לאז זיך נישט נאך, גיי נישט אריין אין א יאוש. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", גלייב אז דו קענסט עס פאררעכטן; פון יעדע פלאנטער קען מען ארויסגיין, מען דארף נאר טרעפן דעם טיר און די וועג ארויס. דער רבי זאגט, דער טיר ארויסצוגיין פון פראבלעמען - איז די מויל; מיט תפילה והתבודדות גייט מען ארויס פון אלע פראבלעמען.
מיר קומען שוין נענטער צום יום טוב פסח, אלע זענען יעצט טרוד מיט'ן אויסרוימען דעם חמץ, מען גרייט אן די שטוב פאר'ן יום טוב פסח, מען דארף געדענקען דאס צו טון מיט שמחה, עס טאר נישט געטון ווערן פון עצבות ומרה שחורה; אז מען טוט דאס מיט שמחה איז א סימן אז מען איז נאנט צום אייבערשטן.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה", ווען א מענטש טוט די מצוות מיט שמחה, "זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", איז א סימן אז זיין הארץ איז ביים אייבערשטן.