מכתב יומי

כד אדר ב' תשפ"ב

March 27 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קום שוין אהיים, איך זיץ יעצט אויפ'ן פליגער, מען גייט זיך שוין הייבן; מארגן מאנטאג פארטאגס קומען מיר אן.


איך בין פריער געווען אין יבנאל ביי מוהרא"ש'ס ציון, איך האב אויסגעזאגט תהלים מיט די בחורים, נאכדעם האב איך געבעטן פאר דיר און פאר דיין ווייב און קינדער; וועסט זיכער זען א גרויסע ישועה.


ווער נישט אלט, פריש זיך אויף; הויב אן פון פריש נוצן די עצות פון רבי'ן, בפרט די עצה פון תפלה והתבודדות. גיי אביסל התבודדות, טרעף זיך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס דאס הארץ צום באשעפער, בעט אים אויף דיין פשוט'ע שפראך, בעט אים דו זאלסט ווערן פריש מקורב צום רבי'ן, זיך מחי' זיין מיט די עצות, נוצן די עצות, נישט זיין א חסיד ישן, אן אלטער מקורב.


ווען דו ברענגסט אריין דעם יום טוב פסח זאל דאס זיין מיט שמחה, ווען מען דארף אויסגעבן געלט פאר יום טוב – זאלסטו זאגן: "אה מחי' עס קומט יום טוב!" דיינע קינדער זאלן אויך ליב האבן אידישקייט; קינדער זענען גרויסע מבינים, זיי ווייסן גוט וואס דער טאטע טראכט און האלט, עס איז וויכטיג פאר זייער עתיד.