מכתב יומי

כה טבת תשפ

January 22 2020

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט נאכט וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פארקומען די פרויען שיעור; בעט איך דיר זייער זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען הערן גוטע ווערטער, חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין מיט די שטוב ווירטשאפט, חיזוק צו קענען אנגיין מיט אויפציען די קינדער און חיזוק זי זאל וויסן ווי אזוי צו זיין א גוטע ווייב פאר דיר.


אז דו וועסט בלייבן אין שטוב, דו וועסט איר מחזק זיין צו קומען - וועסטו אליינס מרוויח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.