מכתב יומי

כה סיון תשפ

June 17 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


האב שייכות מיט תלמידי היכל הקודש, דאס וועט דיר זיין א גרויסע טובה בגשמיות וברחניות, בזה ובבא; אז מען דריידט זיך מיט ערליכע אידן ווערט מען אן ערליכע איד.


שלמה המלך זאגט (משלי יג, כ): "הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם", ווער עס גייט צו א חכם ווערט אליין א חכם, "וְרֹעֶה כְסִילִים יֵרוֹעַ", און ווער עס דריידט זיך מיט נארישע מענטשן ווערט א נאר; חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם א משל (ילקוט משלי, רמז תתקנ) אזוי ווי א מענטש גייט אריין אין א געשעפט פון גוטע בשמים (פערפיום), אפילו ער קויפט נישט גארנישט גייט אריין אין זיינע קליידער א גוטע גערוך; אז דו וועסט זיך דרייען מיט ערליכע אידן תלמידי היכל הקודש וועט מקוים ווערן ביי דיר, "הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם", דו וועסט ווערן אן ערליכע איד.


לערן דעם דף הקהלה, דעם בלאט גמרא; גלייב מיר, עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, וועסטו ווערן געראטעוועט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.