מכתב יומי

כה תשרי תשפ"ג

October 20 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין נאכאלץ נישט ביי מיר פון די שיינע יום טוב וואס מיר האבן געהאט ביים רבי'ן, א יום טוב מיט די הקדמות פון רבי'ן איז יעדע רגע זיס; די הקפות, די טענץ, די שמחה ביי אנשי שלומינו - איז געווען עד להפליא, דער רבי לייגט אריין אזא שמחה אין קיום המצוות, מען פריידט זיך מיט פשטות יהדות.


איך האף דו וועסט מיר העלפן בויען די קהילה, נישט איינווארפן; פון דיר דארף איך איין זאך, דו זאלסט קיינעם נישט שטעכן. דיין צינג זאלסטו נוצן אויף גוטע ווערטער, הער אויף שטעכן, הער אויף בייסן אנדערע; נוץ דיין מויל און צינג אויף רעדן צום אייבערשטן און אויף זאגן משניות און גמרא.


עס איז דא גוטע נייעס, עס האט זיך געעפנט א תלמוד תורה היכל הקודש אין די שטאט טבריה. ביז דערווייל איז עס קליין, אזוי ווי מיר האבן געעפנט די מוסדות אין וויליאמסבורג מיט געציילטע קינדער, וואס פון דעם איז געווארן א שיינע גרויסע קהילה.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט היינט נאכט זיין די וועכנטליכע שיעור. עס איז כדאי צו קומען, עס איז זייער וויכטיג זיך צו דרייען צווישן אנשי שלומינו וואס לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות.


ישיבה הויבט זיך אן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומענדיגע וואך מאנטאג. מען גייט לערנען מסכת נדרים, א בלאט גמרא יעדן טאג; מען גייט כסדרן מיט'ן לימוד וואס אלע לערנען. מען הויבט אן ראש חודש חשון מסכת נדרים, איך וויל דו זאלסט אויך מיט לערנען. און די יונגע בחורים וועלן לערנען סיי מסכת נדרים און סיי מסכת סוכה.


איך ווייס נאכנישט אויב איך וועל זיין די וואך שבת אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.