מכתב יומי

כד תשרי תשפ"ג

October 19 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


או ווי שיין עס איז געווען אונזער יום טוב; די דאווענען, די הושענות, די שמחת בית השואבה, און די צווייטע טעג איז געווען אזוי שיין, אפגערעדט די הקפות איז געווען זייער שיין; עס זענען זיך צאמגעקומען א גרויסער עולם אנשי שלומינו, אלע האבן געשפרינגען און געטאנצן, יעדער האט זיך געפריידט מיט די חלק תורה וואס מען האט זוכה געווען צו לערנען דעם פארגאנגענעם יאר.


איך וועל דיר נאך אם ירצה ה' שרייבן מער באריכות פון אונזער הערליכער יום טוב. יעצט וויל איך דיר נאר דערמאנען, אויב האסטו נאכנישט אנגעהויבן לערנען די סדרה פון בראשית, חומש מיט תרגום - זאלסטו שוין יעצט אנהויבן, ווייל אז דו וועסט די וואך נישט מעביר סדרה זיין - וועסטו די גאנצע יאר נישט מעביר סדרה זיין; מען האט שוין געקענט אנהויבן לערנען די סדרה פון אנהויב וואך, לכל הפחות הויב יעצט אן.


ישיבה הויבט זיך אן אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאנטאג, ערב ראש חודש חשון; מיר הויבן אן די פופצנסטע יאר ישיבה, נאך א יאר חזר'ן די הייליגע אמונה מיט די בחורים.


איך וויל דיר בעטן זייער שטארק, איך בין מיט דיר נאר ווילאנג דו ביסט מיט אלעמען בשלום, אז דו הויבסט אן זיך קריגן מיט דעם און מיט יענעם - בין איך נישט מיט דיר. איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל נישט האבן מיט קיין מחלוקות אין היכל הקודש; איך בעט דיר זייער, טשעפע נישט קיינעם. איך וועל שטיין זייער שטארק אויף דעם, אז עס זאל נישט זיין קיין שום פיינטשאפט, קיין שום ליצנות - ביי אונז אין היכל הקודש.


מארגן וועט אם ירצה ה' זיין דער וועכנטליכער שיעור, עס איז כדאי זאלסט קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.