מכתב יומי
כו אב תשפ
August 16 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך דערהאלטן, יעדער איינער גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות אויף די וועלט; מען פרובירט אויס יעדן איינעם, מען וויל זען צו וועם דער מענטש וועם זיך ווענדן בעת צרה, וואס מען וועט טון אין א שווערע צייט.
איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך און געב נישט אויף; פון הימל ווארט מען צו זען אויב דו וועסט זיך דערהאלטן. אויף אלע צדיקים איז אריבער שווערע ביטערע נסיונות מען האט זיי אויסגעפרואווט יעדן אויף זיין וועג, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְשָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר, שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה, בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ: אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ - הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ, כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", איך האב געהערט פון אן אמת'ן צדיק, אז ער האט נישט געהאט קיין חבר וואס זאל אים מחזק זיין און זאגן: "בְּרִידֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ"; אויב וואלט אים איינער געזאגט די ווערטער: "בְּרִידֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ", וואלט ער געקענט אסאך מער אנקומען בעבודת השם, אבער קיינער האט אים דאס נישט געזאגט; עס איז באוואוסט אז דער רבי האט געמיינט מיט דעם זיך אליינס. זעט מען פון דעם אז אפילו דער גרעסטער צדיק דארף אויך התחזקות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.