מכתב יומי
כב אב תשפ
August 12 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בענק זיך זייער צו דיר, איך ווארט צו הערן וואס הערט זיך ביי דיר, ווי דו שטארקסט זיך אין עבודת השם.
ברוך ה' ביי אונז אין קעמפ איז זייער פרייליך, די בחורים לערנען זייער פלייסיג; זיי לערנען יעדן טאג מסכת תענית דאס צו ענדיגן אויף ראש השנה פערציג מאל. איך האף אז דו האסט אויך עפעס פלענער פאר ראש השנה; איך האף אז דו וועסט קומען צום רבי'ן מיט פולע פעק, דו וועסט האבן וואס צו דערציילן דעם רבי'ן פון דיינע סיומים.
מאך זיך שיעורים אינעם הייליגן רבינ'ס ספרים; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן; מאך זיך א שיעור אינעם רבינ'ס ספרים וועסטו ווערן אן ערליכער איד.
היינט האבן מיר דעם הייליגן ספר אשר בנחל, ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים לעובדא ולמעשה ווי אזוי מען קען זיך שטארקן אין יעדע מצב, אין יעדע שוועריקייט איז עס מחזק דעם מענטש; זאלסטו לערנען יעדן טאג א בריוו וועסטו ווערן אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.