מכתב יומי

כו אב תשפ"ו

August 09 2026

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי אז איך האב געהאט די זכי' צו מקיים זיין די מצוה פון שרייבן א ספר תורה, און די פארגאנגענעם שבת פרשת ראה איז געווען די הכנסת ספר תורה.


מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מיט אפאר שוואגערס זענען געקומען מיטהאלטן די גרויסע שמחה, איך וויל דיר דערציילן אביסל פון די שיינע מעמד. ערב שבת האב איך געענדיגט שרייבן די ספר תורה, די ווערטער לעיני כל ישראל, און שבת אינדערפרי נאך שחרית האבן מיר געטאנצן מיט די תורה, מיר האבן געטאנצן אביסל אין גאס, און אויך אין שול, צום ערשט האב איך מכבד געווען צו טאנצן מיין משפחה, נאכדעם האב איך מכבד געווען דעם מנהל מיט די מלמדים, אויך די כולל אינגעלייט און אויך די גבאים פון שול, שפעטער האט מען געזאגט דעם קאפיטל "מזמור לדוד, לה' הארץ ומלואה" - פסוק בפסוק, און מען האט געליינט אין די נייע ספר, איך האב געמאכט די ברכה שהחיינו ווייל דאס איז ביי מיר זייער א גרויסע שמחה.


איך האב מכבד געווען מיין שווער ביי שלש סעודות צו רעדן דברי תורה, ער האט גערעדט זייער שטארקע חיזוק פון תשובה, ער האט דערמאנט א לשון פון א בריוו פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, ווי ער שרייבט פאר איינעם וואס בעט א דרך תשובה, שרייבט ער דארט א לשון (שאלות ותשובות דברי יואל, סימן לא): "כי מי שאינו מאמין שהקדוש ברוך הוא מוחל למכעיסיו, אפילו שהכעיסו עד אין שיעור", אויב איינער גלייבט נישט אז דער אייבערשטער איז מוחל פאר די וואס זינדיגן, אפילו מען האט געזינדיגט גאר אסאך – "מברך חס ושלום בכל יום ברכה לבטלה, 'חנון המרבה לסלוח'", מאכט ער יעדן טאג א ברכה לבטלה.


מיין שווער שליט"א האט אויך דערמאנט וואס שטייט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ), פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן, און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס אז עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק, ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוואוסט וואס גייט זיין.


אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט...


ער פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור.


מוצאי שבת איז געווען א מלוה מלכה אינאיינעם מיט א סעודה לכבוד די הכנסת ספר תורה, מען האט געטאנצן, אויך איז געווען א שטיקל טעות; מען האט געמיינט אז עס איז דא א שבע ברכות, מען האט געזעצט דעם חתן אויבן אן, און אויך ביים בענטשן האט מען אריינגערופן די כלה, און די לעצטע מינוט האט מען זיך געכאפט אז די חתונה איז געווען זונטאג בייטאג, און מען מאכט שוין נישט קיין שבע ברכות.


היינט איז די יארצייט פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, די בחורים זענען געפארן קיין קרית יואל מתפלל זיין. איך פאר נישט, איך האב פרובירט צו פארן אפאר יאר צוריק אבער עס ווערט א טומל וכו', איך וועל ווארטן צוויי טעג.


שטארק זיך מיט לימוד התורה, הייב אן לערנען שיעורים כסדרן, עס קומט שוין די וואך חודש אלול, און נאר מיט לערנען תורה קען מען זוכה זיין צו תשובה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.