מכתב יומי
כו אדר תשפ"ו
March 15 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
פאר אלע פחדים און שרעקעדיגע מחשבות איז די עצה צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; ווי מער מען טוט דאנקען דעם אייבערשטן - אלץ מער ווערט די מח מחשבה מיושב און מסודר, מען באקומט א שטארקע אמונה, מען קען זיך שטארקן אויף די שרעק.
[באזונדער פאר תושבי ארץ ישראל; יעצט אין די צייט וואס עס קומט פאר די מלחמה מיט איראן, און עס פליען באמבעס אויך פון לבנון, וואס חיזבאלא שיסן, און עס פייפט כסדר, און די קינדער מיט די עלטערן ווערן צעטומלט פון דארפן לויפן אין די שוץ צימער, דארף מען געדענקען אז אפילו בשעת עס פייפט און מען גייט זיך באשיצן - זאל מען געדענקען צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; דאס געבט מוחין, דאס געבט שטארקע נערווען].
קוק נישט אויף אנדערע; די לעבן איז נישט קיין פארמעסט ווער קען מער וכו' און ווער איז מער וכו', יעדער איינער דינט דעם אייבערשטן אויף זיין וועג, און אין הימל קוקט מען אריין אין הארץ, זען ווער האט גוטע מחשבות, ווער מיינט אמת'דיג. דער רבי האט אונז געלערנט דעם דרך התם, דער תם פלעגט זאגן (ספורי מעשיות מעשה ט, פונעם חכם ותם): "דאס איז מיין מעשה און דאס איז זיין מעשה, און וואס דארף איך רעדן פון אנדערע"; ער פלעגט שטענדיג קוקן אויף זיך, וויפיל ער פארדינט, און אזוי ווייטער.
מען האט היינט אנגעהויבן ספר ויקרא, הייב אן לערנען די פרשה, לערן יעדן טאג שנים מקרא ואחד תרגום. טייל עס איין לויט די טעג פון די וואך, לערען יעדן טאג אביסל פון די פרשת השבוע. אויך זאלסטו לערנען רש"י, מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים: "אז מען לערנט חומש רש"י ווערט מען אפגעהיטן פון נכשל ווערן אין עבירות, אויך איז מען זוכה צו זיין אין רש"י הקדוש'ס היכל".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.