מכתב יומי

כז אדר תשפ"ו

March 16 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רעד מיט דרך ארץ אין שטוב צו דיין ווייב, דאס איז א סימן פון יראת שמים, דער וואס רעדט שיין און איידל איז אן ערליכער איד. אויך זאלסטו זיך פירן הייליג וכו', חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים מט:), מען זאל נאר נעמען אן איידעם אן ערליכער איד, איינער וואס לערנט און דאווענט, ווייל דער עם הארץ פירט זיך ווילד, אזוי ווי ביי די אומות העולם וואס די פרוי איז נישט מער ווי א שמאטע, מען פייניגט איר, מען באצווינגט איר און מען שלאגט איר פאר די אייגענע הנאה השם ישמרינו; להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי אידישע קינדער וואס היטן די תורה, זיי פירן זיך איידל און הייליג, נישטא קיין צווינגען, נישטא קיין ווארפן א שרעק השם ישמרינו.


טשעפע נישט דיין ווייב, און אז דו ווערסט געטשעפעט פון איר זאלסטו נישט צוריק טשעפען, "ישמע בזיונו ידום וישתוק" (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו), האב רחמנות אויף איר, רעד ווייך, רעד הארציג. די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.) א פרוי וויינט שנעל; פרויען זענען מער הארציג, מער געפיליש, און אויב מען מאכט זיי וויינען - קען מען באקומען א גרויסע שטראף.


ברודער מיר זיצן דאך ביים רבי'ן, מיר זענען אין רבינ'ס חדר און מיר זיצן ביים טיש פון מוהרא"ש וואס האט אזוי שטארק פארלאנגט פון אונז שלום בית; עס איז נישט געווען קיין שיעור וואס מוהרא"ש זאל אונז נישט מוסר'ן און מחזק זיין אז מיר זאלן זיך איינבייגן דעם קאפ, מיר זאלן שלינגען, מיר זאלן נישט צוריק טענה'ן און נישט צוריק ענטפערן.


אפילו די ווייב שרייט - איז נאכנישט עק וועלט, מען טאר נישט ווערן צעפאלן ווען די ווייב שרייט און מען כאפט אריין בזיונות וכו', מען דארף דן זיין לכף זכות און זוכן מיט חכמה וואס מען קען טון איר צו בארואיגן.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.