מכתב יומי
כו חשון תשפ"ז
November 06 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, מברכין החודש, כ"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
געלויבט דעם אייבערשטן עס קומט שוין נאכאמאל שבת, דער רבי האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יז), אז שבת זאל מען זיין נאר פרייליך און נאר דאנקען דעם אייבערשטן, און פרייטאג צו נאכטס ביים דאווענען זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז עס איז אריבער אויף דיר נאך א וואך, טראכט איבער דיין וואך אלע זעקס טעג, און קוק גוט דורך די טעג, וועסטו זען אז אלע טעג זענען אריבער מיט אזויפיל חסדים, מיט אזויפיל גוטס, און אויך אין די שווערע טעג איז באהאלטן חסדים פונעם אייבערשטן, און ווען דער בעל תפילה איז מאריך ביי די סוף פון די קאפיטלעך פון לכו נרננה און שירו לה' און אזוי ווייטער - זאלסטו זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן, דאנק אים אויף אלעס וואס איז אריבער די וואך, און בעט אים אויף די קומענדיגע וואך עס זאל זיין מיט הצלחה.
שמועס נישט ביים דאווענען, נעם א פלאץ אין שול וואו מען שמועסט נישט, און האלט דיינע קינדער מיט דיר; לאז נישט די קינדער אויף הפקר, ווייל זייער אסאך מעשיות האבן שוין פאסירט פון נישט גוטע זאכן אין די צייט ווען מען דאווענט שבת אין שול, ווען די קינדער זענען אויף הפקר, זיי דרייען זיך אין ליידיגע חצרות און אין שטילע טינקעלע צימערן, השם ישמרינו.
נאכן דאווענען זאלסטו אהיים גיין, בלייב נישט שמועסן אין שול פון די נייעס פון די וואך; יעדע זאך האט זיין צייט, יעצט איז נישט קיין צייט פון רעדן נייעס, יעצט איז צייט אהיים צו גיין מאכן א סעודה, לאז נישט דיינע געסט שטיין אין ווארטן, יעדער איד האט פרייטאג צו נאכטס געסט, די הייליגע חכמים זאגן (שבת קי:), פרייטאג צו נאכטס באגלייטן צוויי מלאכים דעם איד פון שול אהיים; פאסט נישט צו לאזן ווארטן די מלאכים אין שול, מען דארף אהיים גיין מאכן די סעודה, נישט בלייבן שמועסן.
גיי אהיים מיט גרויס שמחה, און ווען דו קומסט אהיים זאלסטו זאגן הויך מיט גרויס שמחה: "א גוט שבת", און הייב אן די סעודה מיט גרויס פרייד אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין מזרע ישראל, די אויסדערוועלסטע פון די גאנצע וועלט, און מיר זענען זוכה צו היטן שבת, ווייל אין א שטוב וואו מען פרייט זיך, מען מאכט א פרייליכע סעודה - ווערט מען געבענטשט פון די הייליגע מלאכים, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שם), פרייטאג צו נאכטס באגלייטן צוויי מלאכים דעם איד פון שול אהיים, א גוטער מלאך און א שלעכטער מלאך, ווען מען קומט אהיים און אלעס איז גוט, די שטוב איז צאמגענומען, עס איז דא א שיינע געדעקטע טיש מיט שבת ליכט, און די בעטן זענען שיין געמאכט - ווינטשט דער גוטער מלאך א ברכה: "יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך", עס זאל זיין די ווילן פונעם אייבערשטן אז דעם קומענדיגן שבת זאל אויך זיין אזוי שיין, און דער שלעכטער מלאך האט נישט קיין אנדערע ברירה, ער מוז צושטימען און אויך ווינטשן, און אויב חס ושלום די שטוב איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין - ווינטשט דער שלעכטער מלאך אז די קומענדיגע וואך זאל אויך אזוי זיין, און דער גוטער מלאך דארף בעל כרחו זאגן אמן, עיין שם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א פרייליכן שבת.