מכתב יומי
כד חשון תשפ"ז
November 04 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז עס איז דיר פינסטער - קענסטו זיך ליכטיג מאכן מיט לערנען תורה. די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם', אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", דאס גייט ארויף אויף תלמוד בבלי; מען דארף פארשטיין, ווי קען מען זאגן אויף גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, און א טויטע זאך? מוהרא"ש זאגט, דאס קומט צו ווייזן פאר א מענטש וואס זאגט: "עס איז מיר פינסטער", "עס איז מיר טונקל", "איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש", "עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, עס איז ממש ביי מיר מקיום געווארן דעם פסוק 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם'", זאגט מען אים: "אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה, זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא תלמוד בבלי, און הייב אן לערנען, וועט דיר ליכטיג ווערן און דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג, ווייל אן תורה איז מען א טויטער מענטש.
איך וויל דיר בעטן דו זאלסט נישט ניצן די נייע טעכנעלאגיע פון עי איי, אפילו נאר פאר ווערטלעך, און זיכער נישט פאר שאלות וואס דו האסט, אפילו נאר צו צוצייכענען מראה מקומות, נעם נישט אן אפיקורס פאר דיין מורה דרך, פרעג דיינע שאלות פון א רב, א דיין, ניץ נישט עי איי פאר דיינע שאלות, עס קען זיך ענדיגן זייער זייער ביטער; אוי וויי איז מיר, וויי פאר אונז אז מיר זענען אין אזעלכע ביטערע נסיונות, דער אייבערשטער מוז רחמנות האבן אויף אונז, ווייל עס איז זייער שרעקעדיג וואס דא גייט זיין מיט די נייע טעכנעלאגיע, ווי וועט מען זיך קענען האלטן מיט א ריינע אמונה און מיט תמימות? וואס וועט זיין מיט אונז און וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער און אייניקלעך? ווי וועלן זיי זיך קענען האלטן מיט די ריינע אמונה?
מאך זיך גדרים וסייגים, און ביי דעם פאל איז געזאגט געווארן (עדיות ה, ו): "מוּטָב לִי לְהִקָּרֵא שׁוֹטֶה כָּל יָמַי", ענדערש זיי נאריש, פאנאטיש, צוריק געשטאנען, צוריק געבליבן - "וְלֹא לֵעָשׂוֹת שָׁעָה אַחַת רָשָׁע לִפְנֵי הַמָּקוֹם", ווי צו זיין א רשע איין שעה פארן אייבערשטן; זאלסטו זיך מאכן גדרים וסייגים און נישט ניצן די טעכנעלאגיע, נישט אנקומען צו מינות וכפירה און צו פארלירן די תמימות, די ריינקייט, צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.