מכתב יומי
כו ניסן תשפ"ג
April 17 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר זענען יעצט אוועקגעפארן פון דינוב, פונעם ציון פונעם הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו, מיר פארן יעצט קיין רימנוב אויסבעטן ישועות ביי אלע מקומות הקדושים. איך בין דיך מזכיר, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט שוין זען א ישועה.
די וואך האבן מיר אין די פרשה וואס מען טוט ווען מען איז קרעציג, ווען מען איז דערווייטערט פונעם אייבערשטן; די תורה זאגט מען זאל גיין צום צדיק, מען זאל גיין צום כהן. דער צדיק היילט אויס, ער שיינט אריין אינעם מענטש א האפענונג זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.
פארוואס זאלסטו טראכטן אז דו ביסט שוין דערנאך? פארוואס זאלסטו אויפגעבן? דער הייליגער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אז דו קענסט פאררעכטן.
מיר זענען אנגעקומען היינט פארמיטאג ארום צוועלף אזייגער און גלייך געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאוו צום הייליגן דברי יחזקאל, דער הייליגער שינאווער רב זכותו יגן עלינו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב, און פון דארט קיין דינוב.
מיר האבן נאך א לאנגע רייזע, איך האב נישט די ישוב הדעת דא אויפן באס צו שרייבן. איך וועל דיר נאך שרייבן באריכות די גאנצע שיינע נסיעה.
איין זאך קען איך דיר יא זאגן, מיר האט זיך געלוינט צו פארן אויף די נסיעה נאר צו זען ווי אזוי אנשי שלומינו פירן זיך אויף אונטערוועגנס; ווי אזוי יעדער איינער איז זיך מחי' מיט זיינע אוצרות, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, און די דבורי אמונה, דיבורי חיזוק, און אפילו די ווערטלעך איז איידל מלא חן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.