מכתב יומי

כו תמוז תשע"ט

July 29 2019

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (עיין קיצור ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "העיקר מה שקורין 'זיך דערהאלטן'"; דאס חשיבות פונעם מענטש זעט מען ווען עס גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע צרות און דאך דערהאלט ער זיך, ער האט נישט קיין קשיות און קיין תערומות אויף די אמונה.


דאס וואס דו גייסט אריבער יעצט וכו' דאס דארף דיר שטארקן, ווייל דאס ווייזט אז מען האט דיר זייער ליב אויבן אין הימל. דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלט'ן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.


ווארט אויס אויף די ישועה וועט זיך אלעס טוישן; עס וועט אריבער גיין און עס וועט זיין גוט, "קֵץ שָׂם לַחֹשֶׁךְ (איוב כח, ג)", דער אייבערשטער מאכט אן ענדע פאר אלע פינסטערנישן.


נאך אביסל פארן מיר שוין צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן צו זיין ביי דעם קיבוץ הקדוש ראש השנה; דארט וועט מען פועל'ן ישועות. גיי א טענצל: "אומאן אומאן, ראש השנה, אומאן אומאן, ראש השנה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.