מכתב יומי

כז תמוז תשע"ט

July 30 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט און מען טענה'ט זיך נישט. נעם דעם כלל וואס מוהרא"ש האט אונז פארגעלייגט אין לעבן: "א ווייב איז שטענדיג גערעכט"; מען דארף איר שטענדיג געבן דעם געפיל אז מען פארשטייט איר און אז זי איז גערעכט, דעמאלט קען מען אריבער גיין די וועלט בשלום, ווידער מיט טענה'רייען, וויכוחים וכדומה - קומט מען אין ערגעץ נישט אן.


דו ביסט נישט גערעכט מיט דעם וואס דו קריגסט זיך און דו ביסט אזא עקשן וכו'; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט:): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא, גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ", אפילו דו האסט א ווייב וואס איז קליין וכו', בייג זיך אראפ צו איר און הער וואס זי זאגט דיר; דעמאלט וועסטו מצליח זיין.


אנשטאט זיך אויפעסן לעבעדיגערהייט פרוביר אויס די עצה פון הייליגן רבי'ן; גיי אביסל שפאצירן מיטן אייבערשטן און דערצייל אים וואס דו גייסט אריבער אין לעבן; שעם זיך נישט און באהאלט גארנישט פון אים, רעד צו אים וועט דיר גרינגער ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היט דיר דיינע אויגן וועט דיר נישט שאטן קיין עין הרע; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כ.): "עַיִן שֶׁלֹא רָצְתָה לָזוֹן מִמַּה שֶׁאֵינוֹ שֶׁלּוֹ - אֵין עַיִן הָרָע שׁוֹלֶטֶת בּוֹ", יוסף הצדיק האט זיך געהיטן זיינע אויגן און ער האט נישט געקוקט אויף אשת פוטיפר, דערפאר האט ער באקומען די ברכה אז פאר אים און זיינע דורות הבאים שאדט נישט קיין עיין הרע; אז דו וועסט זיך היטן דיינע אויגן וועסטו זיין אפגעהיטן פונעם אייבערשטן אליינס.


איך בעט דיר מיין טייערער תלמיד, פארמאך אלע וועגן ווי אזוי דו קענסט אנקומען צו קוקן עבירות; וועם פאפסטו?! וועם נארסטו?! דו נארסט דאך זיך אליינס. דו מיינסט אז דו נארסט דיין ווייב וכו'; דו אליינס ווערסט דאך פארשווארצט, פארוואס זאלסטו זיך דארפן מוטשען מיט שוועריקייטן דיין גאנץ לעבן? דו קענסט דאך האבן א חיים טובים.


פאלג מיר, הער אויס דיין ראש ישיבה וואס האט דיר געטון נאר טובות אין לעבן אן קיין שום באצאלינג; איך האב געליטן פאר דיר אזויפיל בזיונות, די ישיבה האלט זיך אויף אזויפיל שוועריקייטן; איך טו דאס נאר דיר צו העלפן. בעט איך דיר, פארמאך דיינע אקאונטס וואו דו קוקסט עבירות; יעדע קוק אויף א פרעמדע פרוי ברענגט פראבלעמען אין לעבן.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר דיר עס זאל שוין אריין גיין אין דיר א פרישע חיות, א הייליגקייט אז דו זאלסט מקיים זיין דעם (דברים יג, ו): "וּבִֽעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּֽךָ"; זאלסט אליינס אוועק ווארפן די אלע כלים וואס מען קען אויף דעם זען עבירות.


הלואי זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, דאס וועט אויסרייניגן דיין מח פון דעם עבר וואס דו האסט שוין צוזאמגעזען אין לעבן. אויך זאלסטו אנהייבן לערנען גמרא, בבלי און ירושלמי; מיר האבן היינט מסיים געווען מסכת חלה פון תלמוד ירושלמי מארגן הייבן מיר אן מסכת ערלה, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן א רבי וואס איז אונז מעודד און מחזק מיר זאלן אריין כאפן תורה יעדן טאג. ווייל נאר דאס וועט פון אונז איבער בלייבן.


מיר קומען שוין נענטער און נענטער צום יום הדין - ראש השנה, ווען דער אייבערשטער איז דן די גאנצע וועלט: "וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ, וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם" – איך האף דיר צו זען ביים קיבוץ הקדוש אין אומאן.


(איך שיק דיר בילדער וואו מען זעט דעם דאך אין אומאן, געב א קוק ווי שיין מען האט פארמאכט דעם דאך עס זאל נישט אריין רעגענען, אויך געב א קוק אויפן בילד פון די וואסער באסיינען).


אויב דו ווייסט ווער עס וואלט מיר געקענט העלפן בארגן געלט פאר א האלבע יאר – זאלסטו מיר מודיע זיין. איך מוז שיקן געלט קיין אומאן ענדיגן דעם בנין אז אלע זאלן זיין צופרידן.


דער אייבערשטער וואס האט מיר געהאלפן ביז אהער וועט מיר ווייטער העלפן איך זאל נישט אריין פאלן אין קיין חובות, איך זאל קענען דינען דעם אייבערשטן מיט ישוב הדעת.


מארגן נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א פרויען שיעור אין קעמפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.