מכתב יומי

כז אב תשע"ח

August 08 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט און דו האסט א ווייב מיט ליכטיגע קינדער. ערליכע אידן דאנקען יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף זייער ווייב; ביי ערליכע אידן איז יעדע זאך וואס מען האט אין לעבן א מתנה פונעם אייבערשטן. מען האט געטראפן א שידוך – איז דאס א מתנת חינם פונעם אייבערשטן, מען האט חתונה געהאט – איז דאס ווייטער א מתנה פונעם אייבערשטן, מען האט קינדער – איז דאס גאר א גרויסע מתנה פונעם אייבערשטן; אויף יעדע זאך דאנקט מען און מען לויבט דעם אייבערשטן.


ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלץ מער פרייליך איז מען; מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, מען לעבט מיט אמונה פשוטה וואוסענדיג אז דער אייבערשטער טוט נאר וואס איז גוט פאר אונז. ווען א מענטש ווייסט און אנערקענט אז נאר דער אייבערשטער ווייסט וואס איז גוט פאר אים ווערט דער מענטש פרייליך, און איז דאנקבאר אויף יעדע פרט וואס ער האט.


איך בעט דיר זייער, זע צו העלפן דיין ווייב; עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי צו העלפן די ווייב מיט די קינדער. שלמה המלך זאגט אונז (משלי יא, יז): א גוטער מענטש איז דער וואס העלפט זיין שטוב - "גֹּמֵל נַפְשׁוֹ אִישׁ חָסֶד",  א גוטער מענטש טוט גוטס מיט זיין ווייב און קינדער, "וְעֹכֵר שְׁאֵרוֹ אַכְזָרִי", אבער א שלעכטער מענטש איז אן אכזר פאר זיינע קרובים; עס זענען דא מענטשן וואס זענען זייער גוט הארציג פאר יענעמס קינדער, זיי רופן געסט וכו', זיי מאכן זיך בא'טעמ'ט פאר א צווייטן, אבער פאר די אייגענע קינדער געבן זיי נישט קיין גוט ווארט; וואו איז דער שכל? פארוואס זאל מען נישט געבן ליבשאפט אין די אייגענע שטוב פאר די ווייב און קינדער?! דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בֶּשֵׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", ווער עס האט נישט קיין רחמנות אויף זיינע קינדער איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל.


דערפאר בעט איך דיר, געב גוטע ווערטער פאר דיין ווייב און קינדער. זיי נישט קיין קארגער מענטש - נישט קארג אויף גוטע ווערטער און נישט קארג מיט געלט. זיי א געבעדיגער מענטש, סיי ווען מען דארף געלט אין שטוב און סיי צו געבן גוטע ווערטער. דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני זוהר, הקדמה ב.): "קַמְצָן נָבָל בְּמָמוֹנֵיהּ, דְּלָאו אִיהוּ נָדִיב וְלָאו אִיהוּ מִזַרְעָא דְאֲבָהָן", א קמצן איז א נבל, און דאס איז א סימן אז ער שטאמט נישט פון אידן רחמנא לצלן.


פארוואס זאל דיין ווייב גיין מיט צעריסענע בגדים וכו'? וואס מיינסטו, דו וועסט ארעם ווערן אז דו וועסט איר פארגינען נייע בגדים?! פארוואס זאלסטו איר נישט מכבד זיין, אזוי ווי אונזערע הייליגע חכמים זאגן אונז (חולין פד:): מַאי דִּכְתִיב (תהלים קיב, ה): "טוֹב אִישׁ חוֹנֵן וּמַלְוֶה יְכַלְכֵּל דְּבָרָיו בְּמִשְׁפָּט", לְעוֹלָם יֹאכַל אָדָם וְיִשְׁתֶּה פָּחוֹת מְמָה שְׁיֵשׁ לוֹ, וְיִלְבַּשׁ וְיִתְכַּסֶּה בַּמֶה שְׁיֵשׁ לוֹ, וִיכַבֵּד אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו יוֹתֵר מְמָה שְׁיֵשׁ לוֹ, פאר זיך זאל מען נישט אויסגעבן געלט נאר וויפיל מען האט, אבער פאר די ווייב און קינדער זאל מען קויפן עסן און קליידער פאר מער וויפיל מען האט.


דו וועסט זיך מעגליך וואונדערן אז איך שרייב דיר אזעלכע פשוט'ע זאכן, דו וועסט פרעגן פארוואס מען דארף רעדן פון קויפן קליידער פאר די ווייב, ענדערש זאל מען רעדן פון הויכע זאכן וכו'... וועל איך דיר אראפ ברענגען הויכע זאכן. קוק וואס רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב) וזה לשונו: רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה 'שֶׁא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי', איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל, אז ווען עס איז געקומען צו קויפן בגדים פאר זיך האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, 'גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד', אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, 'אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְּאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ', אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, 'וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּך', ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס מען קען, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון.


א אינגערמאן האט מיר דערציילט אז ער האט אמאל געטראכט א פלאן אז מוהרא"ש זאל געבן א שיעור אין קבלה; היות מוהרא"ש געבט א שיעור יעדן ליל שישי פאר עמך אידן וואס דעמאלט קען מען נישט רעדן אפען פון גילוי אלוקית, ווייל עס קומען פשוט'ע מענטשן און מוהרא"ש דארף זיך אראפ לאזן און רעדן צו זיי פון פשוט'ע זאכן (אזוי האט ער געטראכט), ממילא איז אפשר כדאי צו מאכן איינמאל א וואך א שיעור פאר דערהויבענע אינגעלייט; מען וועט רופן נאר בני עליה צום שיעור און דעמאלט וועט מוהרא"ש קענען רעדן אביסל מער אפען קבלה וכו'. למעשה איז ער אריין צו מוהרא"ש בעטן ער זאל געבן א שיעור אין קבלה איין מאל א וואך, האט אים מוהרא"ש געענטפערט: "איך געב דאך שוין א שיעור אין קבלה יעדע ליל שישי"...


דער מעשה איז א טיפע לימוד פאר אונז; וואס איז קבלה, וואס איז גילוי אלוקית? די פשוט'ע ווערטער וואס מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט אונז וואך איין וואך אויס - דאס איז קבלה, דאס איז גילוי אלוקית. מוהרא"ש פלעגט רעדן צו אונז פון אמונה, תורה, תפילה און שלום בית – דאס איז קבלה, און ווי פריער דערמאנט וואס ר' חיים ויטאל שרייבט וואס ער האט געזען ביי זיין רבי דער הייליגער אריז"ל, ווי ער פלעגט אכטונג געבן אויף זיין ווייב איר מכבד צו זיין און איר געבן אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט וכו'.


טייערער ברודער, נעם אריין די ווערטער וואס איך שרייב דיר; לאז אפ אלע כלומר'ישע חברים, לאז אפ דיין סמארט-פאון. אין שטוב ברענגט מען נישט אריין א סעלפאון וואס איז אפען צו די גאס וכו', ווייל אז מען ברענגט אריין אינטערנעט אין שטוב גייט ארויס די שכינה. די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן בצניעות וועל איך אוועק גיין פון אייך"; עס איז נישט דא קיין גרעסערע ערות דבר ווי האבן א סמארט-פאון, טעבלעט וכו' - וואו מען זעט עקלדיגע בילדער, קליפס, מאוויס און ווידיאוס פון עבירות.


גלייב מיר, איך שרייב דיר דעם בריוו בשעת עס רינט מיר טרערן פון די אויגן, איך וויין פאר אידישע קינדער וואס פאלן אריין אין דעם. אז מען האט אפענע אינטערנעט און מען קוקט עבירות - פארלירט מען אלעס, מען פארלירט דעם געפיל צו די ווייב און קינדער, מען פארלירט דעם געפיל צו דאווענען און לערנען און מען פארלירט די אמונה; קודם מאכט מען ליצנות פון צדיקים און נאכדעם פונעם אייבערשטן אליינס רחמנא לצלן.


איך בעט דיר, כאפ דיר צוריק און זיי עומד בנסיון; טראכט אריין ווי אזוי עס וועט אויסזען ווען דו וועסט ארויף קומען אויף יענע וועלט, אלע צדיקים וועלן דיר אנקעגן קומען, מוהרא"ש וועט דיר אנקעגן קומען און ער וועט דיר פרעגן: "איך האב דיר חתונה געמאכט, איך האב זיך מוסר נפש געווען פאר דיר דו זאלסט האבן א גוט לעבן, איך האב דיר געגעבן אזעלכע זיסע עצות ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, פארוואס האסטו זיך געהאלטן קלוגער פון די תורה?!"


איך וועל דיר נאך אם ירצה ה' שרייבן, איך דארף יעצט גיין העלפן מיין ווייב מיט די קינדער, איך מוז שוין ענדיגן דעם בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.