מכתב יומי
כו אב תשע"ח
August 07 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער: שטארק דיר מיט אמונה אינעם אייבערשטן נישט צו האבן קשיות אויף די אמונה, גלייב אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז זיכער גוט, און אפילו ווען עפעס זעט אויס שלעכט איז עס אויך לטובה.
וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט בצדק ובמשפט און מיר דארפן זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אַז עֶס אִיז גָאר בִּיטֶער אִיז מֶען זִיך אִינְגַאנְצְן מְבַטֵּל", האט ר' נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט די מויל מיט די אויגן, דאס איז ביטול צום אייבערשטן"; דאס הייסט, ווען א מענטש פארמאכט די מויל - ער פרעגט נישט קיין קשיות, ער פארמאכט די אויגן - ער וויל גארנישט זען און פארשטיין, ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דעמאלט איז ער זוכה אז אלעס ווערט גוט, דער אייבערשטער העלפט אים מיט זיין ישועה.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זבחים קטו:): "כֵּיוָן שֶׁיָּדַע אַהֲרֹן שֶׁבָּנָיו יְדוּעֵי מָקוֹם הֵם, שָׁתַק וְקִבֵּל שָׂכָר", ווען נדב און אביהו זענען נפטר געווארן האט אהרן הכהן נישט געפרעגט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (ויקרא י, ג): "וַיִּדֹּם אַהֲרֹן"; וְכֵן בְּדָוִד הוּא אוֹמֵר (תהלים לז, ז): "דּוֹם לַה' וְהִתְחוֹלֵל לוֹ", אַף עַל פִּי שֶׁמַפִּיל לְךָ חֲלָלִים חֲלָלִים אַתְּ שְׁתֹק, אזוי אויך זאגט דוד המלך: "פרעג נישט קיין קשיות אפילו עס גייט אריבער שווערע ביטערע צרות". שלמה המלך זאגט (קהלת ג, ז): "עֵת לַחֲשׁוֹת וְעֵת לְדַבֵּר", עס איז דא א צייט צו שווייגן און א צייט צו רעדן, "פְּעָמִים שֶׁשׁוֹתֵק וּמְקַבֵּל שָֹכָר עַל הַשְּׁתִיקָה", ווען מען דארף שווייגן און מען שווייגט באקומט מען שכר אויפן שווייגן; דאס מיינט ווען עס גייט אריבער שווערע צרות דעמאלט איז א צייט פון שווייגן, זיך מבטל זיין צום אייבערשטן. און אז מען שווייגט און מען פרעגט נישט קיין קשיות מיט קיין שאלות, נאר מען ווייסט מיט א קלארקייט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דעמאלט באקומט מען שכר, "וּפְעָמִים מְדַבֵּר וּמְקַבֵּל שָׂכָר עַל הַדִּבּוּר", אזוי אויך ווען מען דארף רעדן און מען רעדט, באקומט מען שכר אויפן רעדן; דאס איז ווען מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן (עיין מהרש"א דבור המתחיל 'וכן שלמה') דעמאלט באקומט מען שכר אויפן רעדן.
שטארק דיר מיט תפילה, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן און דיר ארויס נעמען פון דיין צרה. מיר לערנען היינט אין ירושלמי (ברכות ד.) אז ווען מען דאווענט דארף מען שטיין מיט צוזאמגעלייגטע פיס אזוי ווי די מלאכים וואס ביי זיי שטייט (יחזקאל א, ז): "וְרַגְלֵיהֶם רֶגֶל יְשָׁרָה"; ווייל מיט דעם ווייזט מען אז מען קען זיך נישט רירן, מען איז אזוי ווי געבינדן מיט קייטן; מען ווייזט פארן אייבערשטן אז מיר קענען גארנישט טון אן אים, מיר דארפן ער זאל אונז העלפן (עיין טור אורח חיים, סימן צה, בבית יוסף בשם מהר"י אבוהב).
דאס דארפן מיר כסדר חזר'ן: "מיר ווייסן גארנישט און מיר קענען גארנישט, מיר קענען נאר איין זאך, בעטן, בעטן און נאכאמאל בעטן".
איך האף אז דו וועסט אריין נעמען די ווערטער אין הארץ, וועט דיר גוט זיין.
א גוטן טאג.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.