מכתב יומי

כז אדר ב' תשפ"ב

March 30 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן

 לכבוד ... נרו יאיר

חסדי ה' יתברך מיר האבן זוכה געווען צו עפענען די מצה בעקעריי אין קרית ברסלב ליבערטי, די ערשטע ברסלב'ער מצה בעקעריי.

עס איז אונטער די השגחה פונעם דיין שליט"א, דער דיין זאגט: "נישטא נאך אזעלכע מהודר'דיגע מצות"; איך פריי זיך זייער אז מיר האלטן שוין דא.

בכן וויל איך דיר בעטן זאלסט שוין באשטעלן פאר דיר און דיין משפחה - מצות פון די ברסלב'ע מצות. די מצות ווערן געמאכט דורך אנשי שלומינו, זיי לייגן אריין תפילה והתבודדות. אלע וואס ארבעטן אין די בעקעריי זענען ערליכע אינגעלייט און ערליכע פרויען, אלעס דריידט זיך ארום תפילה, התבודדות און אמונה, דאס איז ריכטיגע (זוהר שמות, קפג:): "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא".

העלף מיר בויען די מוסד, קויף דיינע מצות ביי אונזער בעקעריי.

דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

~~~~~~~~~~

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן

 לכבוד ...

איך בעט אלע אנשי שלומינו, העלפט ארויס דעם "בית התבשיל" וואס שטעלט צו עסן פאר אנשי שלומינו א גאנץ יאר, און אויך פאר יום טוב און פאר פסח.

האברך שלמה יאקאבאוויטש נרו יאיר איז געשטעלט אויפ'ן בית התבשיל, און אויך צו העלפן משפחות זאלן קענען איינרישן שבתים און ימים טובים.

בזכות דעם וועט איר זוכה זיין צו שפע, ברכה און הצלחה.