מכתב יומי

כח אדר ב' תשפ"ב

March 31 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע, כ"ח אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מען האט אמאל געפרעגט דעם רבי'ן וואס איז די חילוק פון א לב נשבר, א צעבראכענע הארץ – צו עצבות ומרה שחורה, דעפרעסט, דערביטערט; האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן מב) עצבות איז זיין ברוגז אויפ'ן אייבערשטן, זיך אפרעדן, האבן טענות פארוואס דער אייבערשטער טוט נישט אזוי און אזוי, אבער לב נשבר איז זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, זיך בעטן ביים אייבערשטן.


אנשי שלומינו דערציילן אז דער רבי האט זיך דעמאלט אויסגעדריידט און אויפגעהויבן די הענט צום הימל כבן המתחטא און שוין אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, זיך בעטן ביי אים.


לב נשבר איז זייער באליבט ביים אייבערשטן און עצבות איז סטרא אחרא, דער אייבערשטער האט דאס פיינט.


וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן, ער פרעגט נישט קיין קשיות, ער ווייסט אז אלעס איז מיט א חשבון.