מכתב יומי

כז אדר תשע"ח

March 14 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז זייער וויכטיג צו לערנען די הלכות פונעם יום טוב פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווייסט מען וואס מען האט צו טון.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "שֶׁכָּל בַּר יִשְׂרָאֵל מֻכְרָח לִלְמוֹד בְּכָל יוֹם אֵיזֶה הֲלָכָה בְּשֻׁלְחָן עָרוּך", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג שולחן ערוך; נאך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סי' ח): "עַל יְדֵי לִימוּד שׁוּלְחָן עָרוּך מְבָרְרִים אֶת הַטוֹב מֵהָרַע וְנִזְדַּכֵּך הָאָדָם", אז מען לערנט שולחן ערוך גייט ארויס די שלעכטס פונעם מענטש. אויך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סי' סב): "עַל יְדֵי לִימוּד שׁוּלְחָן עָרוּך זוֹכִים לָאֱמוּנָה מְזֻכֶּכֶת בּוֹ יִתְבָּרַך", דורך לערנען שולחן ערוך איז מען זוכה צו האבן אמונה; איז יעצט פאר דעם יום טוב פסח זייער וויכטיג צו לערנען די הלכות אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה לב.): "שׁוֹאֲלִין וְדּוֹרְשִׁין בְּהִלְכוֹת הַפֶּסַח קוֹדֶם הַפֶּסַח, שְׁלוֹשִׁים יוֹם", מען זאל אנהייבן צו לערנען הלכות פסח פון דרייסיג טעג פאר דעם יום טוב פסח.


זע צו פאלגן דעם רבי'ן און מאך דיר א שיעור יעדן טאג צו לערנען הלכה. מוהרא"ש זאגט מען זאל האלטן אין טלית בייטל א קליינעם שולחן ערוך און יעדן טאג זאל מען לערנען מיט די רבינו תם'ס תפילין לכל הפחות איין הלכה. סתם אזוי איז גוט אז מען לערנט כסדרן, אבער אז מען האלט בעפאר א יום טוב מאכט מען זיך א סימן וואו מען האלט און מען גייט צו די הלכות פון יענעם יום טוב, און נאך יום גייט מען צוריק צו די סדר וואו מען האלט.


זע צו העלפן אין שטוב מיטן אנגרייטן דעם יום טוב פסח; דער הייליגער בעל קדושת לוי דער בארדיטשובער רב זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען די פרויען מאכן פסח'דיג, פון זייער קראצן רייבן און כשר'ן ווערן באשאפן מלאכים, די זעלבע מלאכים וואס ווערן באשאפן ראש השנה ווען מען בלאזט שופר, אזוי ווי מען זעט אז קשר"ק איז די ראשי תיבות תק'יעה ש'ברים תר'ועה תק'יעה, אויך איז דאס ראשי תיבות ק'ראצן ש'ארן ר'ייבן כ'שר'ן"; דערפאר זאלסטו זען צו העלפן אין שטוב מיט וואס דו קענסט נאר און זיכער נישט ווערן בכעס חס ושלום און מאכן אנגעצויגן אין שטוב, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח) אז דורך כעס שטופט מען אוועק פון זיך די פרנסה.


געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "דער אייבערשטער איז אין שטוב, און עבודת השם איז ווען מען העלפט אין שטוב מיט וואס מען קען נאר".


איך קען נישט מאריך זיין איך דארף אריין גיין געבן א שיעור פאר די בחורים.


זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען היינט צו די פרויען צוזאמקום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.