מכתב יומי

כו אדר תשע"ח

March 13 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך צוגעוואוינען נישט צו ענטפערן ווען דו כאפסט א בזיון; בזיונות איז טאקע זייער נישט בא'טעמ'ט, אבער אז א מענטש ענטפערט נישט אויף א בזיון איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


די זעלבע זאך איז ווען א מענטש האט א חלישות הדעת און ער דערהאלט זיך, קען ער פועל'ן גרויסע זאכן; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות תשובה, סימן כה): "חֲלִישׁוּת דַּעְתּוֹ שֶׁל הָאָדָם הוּא גְדוֹלָה מִתַּעֲנִית", ווען א מענטש ווערט פארשעמט איז דאס גרעסער ווי א תענית; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד:): עס איז אמאל געווען א שווערע הונגער און רב פפא האט גוזר תענית געווען עס זאל קומען רעגן, אבער עס איז נישט געקומען קיין רעגן. אינצווישן איז ער געווארן זייער פאר'חלש'ט און כדי זיך צו דערכאפן דאס הארץ האט ער געגעסן א קליין לעפל גריז, און ער האט ווייטער געבעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל רעגענען אבער עס האט נאך אלץ נישט גערעגנט, האט זיך רב נחמן אנגערופן צו אים: "בַּר אוּשְׁפַּזְתִּי, איך מיין אז אויב דער הער וועט עסן נאך א לעפל גריז, וועט אפשר דעמאלט קומען רעגן", פארציילט די גמרא אז רב פפא האט געהאט פון דעם חלישות הדעת און עס האט אנגעהויבן גיין א רעגן; זעט מען פון דעם אז אמאל קען א מענטש בעטן און בעטן און ווארטן אויף א ישועה און עס האלט זיך צוריק פון קומען, און ווען מען גייט אריבער א שווערע צייט און מען דערהאלט זיך; מען גייט נישט אוועק פונעם אייבערשטן, איז מען זוכה אז מען פועל'ט גרויסע זאכן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפן טשערינער רבי א שטיק צואה. דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וואוסענדיג געמאכט פון דעם נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו'. האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף דער וועלט".


שטארק זיך און דערהאלט זיך.