מכתב יומי
כז שבט תשפ"א
February 09 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ז שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מען דארף האבן א זכיה מקורב צו ווערן צום רבי'ן און א באזונדערע זכיה צו בלייבן ביים רבי'ן. עס איז נישט גענוג אז מען איז מקורב געווארן, מען דארף רחמי שמים מען זאל זיך קענען דערהאלטן, ווייל דער סמ"ך מ"ם האט זייער פיינט דעם רבי'ן ובפרטיות היכל הקודש; ווען ער זעט א פרישער מקורב קען ער דאס נישט אראפשלינגען, אין אנהייב ברענגט ער מניעות פון אינדרויסן, מען הערט ליצנות פון דעם און פון יענעם, נאכדעם הייבט זיך אן אייגענע חלישות הדעת, ער דריידט ארום מיט יעדן איינעם, ער וויל נאר איין זאך, גיי אוועק פון רבי'ן, גיי אוועק פון מוהרא"ש.
בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן די ווערטער: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל געדענקען וואס דער רבי האט מיט מיר געטון; איך זאל געדענקען ווער איך בין, איך זאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט"; נאר מיט אסאך תפילה והתבודדות קען מען בלייבן ביים צדיק.
דער וואס האט מקרב געווען דעם הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה, ר' ליפא - איז אמאל געווען אונטערוועגנס צו א יריד, אויפ'ן וועג האט ער זיך אפגעשטעלט ביים רבי'ן, ער איז געווען שבת ביים רבי'ן און מוצאי שבת ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער האט שוין געוואלט פארן צום יריד פארדינען געלט. דער רבי האט געזאגט אינמיטן די תורה: "געלט איז אזא שטארקע אויגן פארבלענדעניש, עס לאכט און שמייכלט צום מענטש אין די יונגע יארן און ביים סוף הרג'עט עס אים"; פון די פאר ווערטער האט ער געהאט חלישות הדעת, ער האט זיך פארשעמט; ער איז אוועק געגאנגען און מער נישט צוריק געקומען. יארן שפעטער האט אים רבי נתן באגעגנט און געפרעגט: "ליפא, עמנו הייתם, ביסט דאך געווען צוזאמען מיט מיר ביים רבי'ן, וואו ביסטו היינט?!" האט ער געזאגט: "דער רבי האט מיר פארשעמט!"
נישט געשטויגן און נישט געפלויגן; דער רבי האט אים דען פארשעמט? דער רבי האט אים געזאגט דעם אמת, דער רבי האט רחמנות געהאט אויף אים ער זאל זוכן אביסל תכלית; נאר וואס דען? דער יצר הרע ארבעט מיט א מענטש, ער מאכט עס זאל זיך אים דאכטן אז מען פארשעמט אים, אבי ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן.
כאפ זיך שטארק אן ביים רבי'ן, חבר זיך נישט מיט קיין לצים; דער וואס מאכט ליצנות איז א פאר'מיאוס'טער מענטש. שלמה המלך זאגט (משלי כד, ט): "וְתוֹעֲבַת לְאָדָם לֵץ", ליצנות מאכט מען זאל ווערן פאר'מיאוס'ט ביים אייבערשטן, ליצנות מאכט מען זאל ווערן פארעקלט ביי מענטשן; אנטלויף פון לצים - וועסטו קענען נעמען פון רבי'ן גרויסע מדריגות.
זוכה זיין צו נעמען פון רבי'ן קען מען נאר אויב מען האט תמימות; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פוס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאך איך חתונה קומענדיגע וואך, מיטוואך פרשת תרומה, מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א, די חתונה וועט זיין אין ישיבה. דער חתן האט זיינע יארן אוועק געגעבן נאר פאר תורה און יראת שמים און אסאך אידן מקרב געווען צום אייבערשטן, ער איז עוסק אין פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים; איך בין זיכער אז די זיבן בעטלערס וועלן קומען צו די חתונה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.