מכתב יומי

כו שבט תשפ"א

February 08 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת משפטים, כ"ו שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


אנשי שלומינו זענען זייער מקפיד צו עסן פת שחרית גלייך נאכן דאווענען, עס איז מסוגל מען זאל זיך נישט אויפרעגן. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן יז): "סְגֻלָּה לְכַעַס, שֶׁיֹּאכַל פַּת שַׁחֲרִית", פת שחרית איז מסוגל מען זאל נישט קומען צו כעס; עס איז גוט דו זאלסט זיך צוגעוואוינען דאס צו טון - וועסטו זיך נישט אזוי בייזערן.


הער אויף קוקן עבירות - וועסטו זיך נישט אזוי רעגן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען ווער עס איז א נואף דורכ'ן קוקן אויף זיין נאז, מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר אז דאס גייט ארויף אויף כעס, איינער וואס איז שטענדיג נערוועז איז א סימן אז ער איז א נואף; אז מען היט זיך נישט פון עבירות, מען היט נישט די אויגן, מען קוקט עקלדיגע שמוציגע מאוויס - דאס מאכט נערוועז און אנגעצויגן.


איך האב דיר אסאך צו שרייבן, איך דארף אריין גיין צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.