מכתב יומי

כז תשרי תשפ"ו

October 19 2025

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט מיר א מזל טוב, מיר האבן געהאט א געזונטע קינד, א בן זכר; מה אשיב לה', כל תגמולוהי עלי. שבת בין איך געווען ביי מיין טאטע שליט"א, עס איז געווען א שיינעם שלום זכר ביי אים אין שטוב, אויך אנשי שלומינו זענען געקומען ווינטשן מזל טוב. דער אייבערשטער זאל העלפן אלע זאלן זוכה זיין צו קינדער און צו נחת ביי זיי.


מאך זיך א שיעור אין די הייליגע ספר אשר בנחל וועסטו זיך אזוי מחי' זיין, מוהרא"ש האט גענומען די ווערטער פון רבין און מוהרנ"ת און דאס אזוי אראפגעברענגט פאר אונז, מיר זאלן זיך קענען דערהאלטן אין אונזערע שווערע נסיונות, נישט אויפצוגעבן, און אפילו מען איז נעבעך אראפגעפאלן אין בלאטע, מען ליגט אין טומאה - זאל מען זיך פון דארט אויפהייבן און זיך צוריקערן צום אייבערשטן, און וויסן און גלייבן אז 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'.


ברודער שטארק זיך, דער רבי זאגט נישטא קיין יאוש (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח), און אז דער רבי זאגט נישטא קיין יאוש - איז אזוי, און אפילו דו ביסט אזוי ווייט געפאלן, ביסט געפאלן אין פגם הברית רחמנא לצלן, ביסט געפאלן אין קוקן דאס ערגסטע זאכן, ביסט געפאלן אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן רחמנא לישזבן - זאלסטו גלייבן באמונה שלימה אז פון דארט קען מען זיך אויך צוריק קערן צום אייבערשטן און אנהייבן פונדאסניי, און אז עס קומט דיר אריין מחשבות: 'וואס? איך קען תשובה טון? איך קען נאך זיין א צדיק? איך האב דאך יעצט געטון אזא עקלדיגע זאך, איך בין אזוי שלעכט, איך טו דאס ערגסטע'; זאלסטו וויסן אז דער רבי זאגט: "מען זאל נישט איבער טראכטן", דאס איז די ערשטע שלב פונעם תיקון, און אודאי זאלסטו שוין יעצט זאגן די צען קאפיטלעך תהילים און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן און אים בעטן: "הייליגער באשעפער נעם אן מיין תשובה, נעם אן מיין צעבראכענע הארץ, איך וויל נישט טון די שלעכטע זאכן, איך וויל זיין גוט, איך האב געהאט א נסיון און איך בין געפאלן פאר דעם, איך האב חרטה, איך גיי שוין זיין גוט און וואויל"; זאלסטו זיין זיכער ביי דיר אז די פאר ווערטער דאס איז אזוי הייליג, דאס גייט ארויף צו די העכסטע פלאץ.


לייג אוועק דיין סוכה, די מידה פון זריזות איז זייער הייליג, מען קען זוכה זיין דורכדעם צו די העכסטע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.