מכתב יומי

כח תשרי תשפ"ו

October 20 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן אנגעהויבן די נייע יאר ביי די קינדער, וויל איך דיר זייער בעטן, קויף פאר דיינע קינדער אלע ספרים וואס זיי דארפן פאר די נייע יאר, שיק זיי נישט מיט אלטע צעריסענע ספרים, קויף זיי א נייעם סידור, א נייעם חומש וכו'; פרעג דעם מלמד וועלכע איז דאס בעסטע און קויף זיי איין דאס בעסטע. איך ווייס אז מען קען לייגן טעיפ אויף די סידור; ערשט לאמיר זען די טעיפ אויף דיין קאר, ביי הבלי עולם הזה ניצט מען נישט איבער קיין זאכן, מען קויפט זיך א נייעם טעלעפאן יעדע שני וחמישי, איז דאך אודאי ביי די הייליגע ספרים דארף מען קויפן נייע שיינע ספרים.


הייב אן די פרשה, ווארט נישט אויף סוף וואך, זע אז די יאר זאל דיר נישט אריבער גיין קיין איין וואך אן מעביר סדרה זיין. איך געדענק ביי די שיעורים פון ליל שישי ביי מוהרא"ש פלעגט מוהרא"ש רעדן וואך איין וואך אויס פון די מצוה פון מעביר סדרה זיין, ער פלעגט חזר'ן די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רַבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רפה), אז יעדער מענטש איז מחויב צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה צוויי מאל חומש און איין מאל תרגום, און ווער עס איז מעביר סדרה איז זוכה צו אריכות ימים ושנים; דאס איז די בעסטע סגולה צו א גוט לעבן, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


מוהרא"ש פלעגט אונז בעטן מיר זאלן שוין אנהייבן אנהייב וואך טון די מצוה, אפילו דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [ע' שנז]) מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת; אבער א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שלחן ערוך פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין, און די משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


היינט וועט זיין א פרויען צאמקום, זאלסטו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין שעפן פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.