מכתב יומי

כח אב תשפ"ו

August 11 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיך באדאנקען, און אויך אלע אנשי שלומינו - פארן העלפן קאמפיינען. איך בין זייער איבערגענומען פון אנשי שלומינו, ווי אלע האבן געהאלפן ברענגען צדקה פאר די קהילה און מוסד, מען האט די יאר געשפירט ווי אלע מיינען עס פערזענליך, מען טוט נישט אבי יוצא צו זיין, מען זעט אויף די סכום וואס אנשי שלומינו האבן אריינגעברענגט, קרוב צו א מיליאן מיט א האלב, און דאס מערסטע פון די סכום איז פון קליינע נדבות, און ברוך השם איך האב שוין באצאלט די וועם איך דארף באצאלן, און איך בענטש דיר מיט הצלחה, און איך בין זיכער אז די אלע מענטשן וועם דו האסט גערופן בעטן נדבות פאר די מוסד, און אויך די אלע שולן און קאנטריס וואו דו ביסט געגאנגען נאך געלט - דאס וועט דיר צוניץ קומען ביים יום הדין, און אויך ווען מיר וועלן צוריק גיין צום אייבערשטן און מען וועט אונז משפט'ן וועט דאס דיר העלפן.


מען דארף שוין מאכן די לעצטע הכנות צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט נישט ווערן דערשראקן פון דיינע מניעות, מניעות האט יעדער איינער, שפרינג אריבער אויף די מניעות, און אפילו דער צדיק אליינס וועט דיך פארטרייבן - זאלסטו געדענקען וואס רבי נתן האט געזאגט פארן רב - רבי אהרן, ווען ער איז געקומען פרעגן דעם רבי'ן וואס ער זאל טון וועגן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אז ער קען פארלירן זיין פרנסה אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה; האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען, שפעטער האט אים רבי נתן געפרעגט: "פון אזא רבי גייט מען אוועק? אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן פון אים, וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


גיי אביסל זיך מתבודד זיין, שמועס מיטן אייבערשטן, דערצייל אים דיין הארץ, דערצייל אים דיין ווייטאג; וועסטו זען א גרויסע ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.