מכתב יומי

כח אדר תשפ"א

March 12 2021

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; מיט אלע שוועריקייטן וואס דו גייסט אריבער, מיט אלע זאכן וכו' וכו' - זאלסטו זיך פרייען שבת. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", שבת טאר מען נישט ווייזן קיין שום עצבות, מען דארף ארום גיין א גאנצן צייט מיט א שמייכל.


די וואך שבת איז א גרויסער שבת, פרשת החודש, אויך איז שבת מברכים ניסן, ערב ראש חודש, ערב דעם רבינ'ס געבורטסטאג; איז יעצט א גוטע צייט אנצוהייבן נוצן די עצות פון רבי'ן, זיך באנייען, נישט זיין אלט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַתְחִיל בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", מען דארף שטענדיג אנהייבן פונדאסניי, נישט אלט ווערן און טראכטן: 'איך בין שוין מקורב, איך קען שוין די זאכן, איך ווייס שוין די חיזוק'; נאר כסדר זיך באנייען.


איך געדענק איך בין אמאל געווען שבת אין בארא פארק ביי מוהרא"ש, איך בין איינגעשטאנען ביי הרב רבי יצחק שליט"א (אלע יארן ווען איך פלעג גיין צו מוהרא"ש אויף שבתים האט ער מיר אריינגענומען; איך האב אסאך געזען און געלערנט ביי אים). געדענק איך ווי מיר האבן געשמועסט ביים טיש פון רבי'ן און פון מוהרא"ש, אינמיטן שמועס רופט זיך אן איינער פון רבי יצחק'ס קינדער: "טאטע ווען ביסטו מקורב געווארן צו מוהרא"ש?" האט ער אים געזאגט: "היינט"; איך בין געווארן אזוי פארפלאמט פון די תשובה, עס איז געווען מיט אזא אמת, מיט א חן, 'איך בין היינט מקורב געווארן', מיט אזא פרישקייט, מיט אזא התחדשות.


מיר ווייסן דאך אז דער רבי האט זייער אויסגערומט דעם הייליגן צדיק רבי זושא זכותו יגן עלינו, דער רבי האט געזאגט: "דער צדיק רבי זושא איז ארום געגאנגען צוויי און צוואנציג יאר ברציפות מיט'ן זעלבן ברען צום אייבערשטן"; דאס איז א מורא'דיגע מדריגה, ווייל בדרך כלל ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן הייבט מען אן מיט א ברען און נאכדעם פאלט מען, מען קילט זיך אפ; אבער דער הייליגער צדיק איז ארום געגאנגען מיט'ן זעלבן ברען פאר צוויי און צוואנציג יאר.


טייערער ברודער, ליבער חבר, לאמיר אנהייבן טון די עצות פון רבי'ן מיט א פרישקייט; לאמיר גיין אביסל זיך מתבודד זיין, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אויף פראסט אידיש, אים בעטן: "'קרבינו לתורתך', זיי מיר מקרב אייבערשטער צו דיין תורה, 'והחזרינו בתשובה שלימה לפניך', קער מיר צוריק צו דיר גרויסער באשעפער, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט, עס איז מיר אזוי שווער, דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ קיין איין רגע".


געדענק וואס מיר האבן געלערנט אלע יארן ביי מוהרא"ש; אז מען האט לעמאן זאל מען מאכן פון דעם לימאנאדע, איבערדרייען דאס ביטערקייט אויף געשמאקקייט.


דעם שבת וועל איך זיין אין בארא פארק ביי מיין טאטע, קארלסבורגער רב שליט"א.


א פרייליכן שבת.